| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
געשטאָרבן נח מילער, גרינדער פֿון מענדעלע-פּראָגראַם
מענדעלעס שמשים
נח מילער, דער גרינדער פֿון מענדעלע, אַ װעבאָרט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, איז געשטאָרבן אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס, דעם 26טן מאַרץ. ער איז געװען 92 אָדער 93 יאָר אַלט. געבױרן געװאָרן איז ער אין בוקאַרעשט, נאָר די משפּחה איז באַלד אַװעקגעפֿאָרן פֿון אײראָפּע און האָט זיך באַזעצט אין פֿילאַדעלפֿיע. נאָכן באַקומען אַ ביז־גראַדויִר־דיפּלאָם פֿון פּענסילװעניער שטאַט־אוניװערסיטעט, האָט מילער זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ און געדינט אין אַ פֿעלד־שפּיטאָל אין נאָרמאַנדי. נאָך דער מלחמה האָט ער באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין סאָציאָלאָגיע פֿון קאָלומביע־ אוניװערסיטעט און האָט שפּעטער געלערנט אין עטלעכטע קאַלעדזשן און אוניװערסיטעטן. דעם 15טן מײַ 1991 האָט מילערס איבערגעגעבנקײט צו ייִדיש זיך צונױפֿגעהאָפֿטן מיט זײַן מבֿינות אין קאָמפּיוטערײַ און דער וועבאָרט "מענדעלע" איז געבױרן געװאָרן. דער ערשטער נומער איז געװאָרן ארױסגעשיקט צו 22 מיטגלידער, װאָס דער רובֿ פֿון זײ זײַנען געװען ייִדיש־ספּעציאַליסטן. אָבער דער זשורנאַל האָט גיך צוגעצױגן מער װי 2000 אַבאָנענטן איבער דער גאָרער װעלט.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען