| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אײַנדרוקספֿולער סאַלוט אָװנט לכבֿוד "לעבנס פֿראַגן"
טראָץ דער טרויעריקער סיבה פֿון שליסן די לעצטע, און לעצטנס די איינציקע, רעגולערע ייִדיש-פּובליקאַציע אין מדינת ישׂראל, איז דער סיום-אַװנט מיטן סאַלוט פֿאַר די "לעבנס- פֿראַגן" און איר רעדאַקטאָר, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 30-סטן אַפּריל 2014, געװען אַ זעלטענע מאַניפֿעסטאַציע פֿאַר ייִדיש און פֿאַר אירע אומדערמידלעכע שומרים װאָס "זײַנען געצװוּנגען צו פֿאַרמאַכן אירע טויערן" — װי עס װערט געזאָגט אין אַ באַגריסונג פֿון איינעם פֿון אונדזערע געטרײַע לײענער און פֿרײַנד.
דער סיום-אָװנט, װאָס איז אָרגאַניזירט געװאָרן דורך דער גרוּפּע "מענטש" און איז מײַסטערהאַפֿט געפֿירט געװאָרן דורך דעם בינע-רעזשיסער מאָטי אַװערבוך ה אָ ט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ גײַסטיקע און עמאָציאָנעלע איבערלעבונג פֿאַר דעם עולם אינעם פֿול געפּאַקטן אַרטור זיגלבוים-זאַל פֿון "אַרבעטער-רינג" אין ישׂראל. זי איז אויך געװען אַן אַטעסטאַט פֿון אָנערקענונג פֿאַר דעם אָפּגעהיטענעם קולטור- ניװאָ פון דער אויסגאַבע, פֿאַר די אידייען װאָס זי האָט אַרויסגעברענגט אויף אירע זײַטלעך — אויך פֿאַר די װאָס האָבן זיך מיט זײ נישט אַלעמאָל אידענטיפֿיצירט.
די זײער רײַכע און אינטערעסאַנטע פּראָגראַם, װאָס איז געפֿירט געװאָרן צװײ שפּראַכיק, אויף ייִדיש און עבֿריתּ, האָט "געקלאַפּט װי אַ זײגער" און פֿאַרשאַפֿט אַן אמתדיקע הנאה דעם עולם אין זאַל. עס זײַנען אויפֿגעטראָטן מיט קורצע פֿאָרלעזונגען און באַגריסונגען די ח"ח, פֿרײַנד און לעקטאָרן: ד"ר רועי גרינװאַלד, פּראָפֿ' נתי כהן, פּראָפֿ' דני גוטװײן, בני מער, פּראָפֿ' אבֿרהם נאָװערשטערן, יעד בירן, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן-חיים (מיט " אַ װאָ רט און אַ ליד"), ד"ר גַלי דרוקער-ברעם און עַרַן טאָרבינער (אַ קורצער פֿראַגמענט פֿון זייער אינטערװיו מיטן רעדאַקטאָר איז געװאָרן אויפֿגעלויכטן אויף דעם בינע-עקראַן), בעלאַ בריקס-קלײן, אוריתּ לודען, די טאָכטער פֿון דעם רעדאַקטאָר, װעלכע האָט צװ"אַנד געזאָגט, אַז איר פֿאָטער האָט ביז איצט געהאַט דרײַ קינדער: צװיי טעכטער און די "לעבנס-פֿראַגן", װ אָ ס האָבן באַהערשט די שטוב דורך די קלאַװישן פֿונעם קאָמפּיוטער, װעלכער האָט קײנמאָל נישט גערוט... און צום סוף האָט געזאָגט זײַן שלוס-װאָרט רעד' יצחק לודען, װעלכער האָט סומירט די 63 יאָר פֿון די "לעבנס-פֿראַגן", פֿון װעלכע ער איז 43 יאָר געװען דער רעדאַקטאָר, װי אויך די קײַלעכיקע 60 פֿון זײַן "צײַטװײַליקער" פּובליציסטישער פּראָפֿעסיע, אַרויסגייענדיק אויף זײַן דריטער פּענסיע נאָך: 42 יאָר אין די "לעצטע נײַעס", 15 יאָר מיט אַ קאָלום אין "פֿאָרװערטס" און 43 יאָר, װי געזאָגט, אין "לעבנס-פֿראַגן". סך-הכל: קײַלעכיקע 100 יאָר. " מיט עטלעכע יאָר לענגער פֿון מײַן לעבנס-דויער"...— האָט לודען צוגעגעבן.
"אָ, די װעלט װעט װערן ייִנגער / און דאָס לעבן לײַכטער, גרינגער."..
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען