| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַ תּיקון פֿאַר ישׂראל שטערנען?
אַ נײַער באַנד לידער באַקענט אונדז מיט דער גאַנצקייט פֿון אַ ספּיריטועלן מײַסטער-דיכטער זכריה-שלום בערגער
װי פֿיל אַנדערע ייִדישע פּאָעטן, האָט ישׂראל שטערן זיך אָפּגעגעבן מיט אונטערגאַנג און אָפּגאַנג, ירידה און פּטירה, סײַ מיט זײַן ליד סײַ מיט זײַן פּערזאָן. אַ נײַער באַנד שטערנס װערק, אונטערגעטראָגן מיט סענסיטיװקײט, זאָרגעװדיקײט און אַ היפּשער מאָס עסטעטיק, װעט האָפֿנטלעך באַקענען דעם ברײטן עולם מיט זײַן דיכטערישן אױטאָפּאָרטרעט, ווי אַ תּיקון פֿאַר זײַן געפּײַניקטער־גלײביקער נשמה. אַ געבוירענער אין אָסטראָלענקע, לאָמזשער גובערניע, אין 1894, איז שטערן קײן מאָל נישט געװען, און נישט געװאָרן, קײן ליטעראַרישער שטערן װאָס ציט צו אַ גרױסן התלהבֿותדיקן עולם. ער איז אַלע מאָל געװען אַן אײַנגעבױגענער, אַ שלאַפֿער, װאָס האָט געלאָזט דרוקן זײַנע מאָגערע לידער ניט אָפֿט און צו מאָל גאָר אָן חשק. שטערנס לידער האָט ער אָנגעשריבן פֿאַר זיך אַליין, נישט פֿאַר דער װעלט. אין אײן ליד דערמאָנט ער זײַן װוּנטש, אָדער בעסער, זײַן כּלל, אַז זײַנע לידער זאָלן פֿאַרשלאָסן ווערן אױף שלעסער, און אַז ער װעט שוין יאָ אַרײַנלאָזן אַ לײענער אַהינצו, װעט ער אים װײַזן אַ „באַהאַלטענע טיר.“ אפֿשר אױף אַן אומגעריכטן אופֿן מצד אַ פֿרומען ייִד, באַשרײַבט ער אַ װעלט נישט נאָר פֿון ייִדישלעכע טיפּן, נאָר פֿון אַלמענטשלעכן אומקום און אומגליק. לבֿנות הענגען זיך אױף אױף טעלעגראַף־דראָטן. די נעכט באַהאַלטן זיך. גאָט אַלײן פֿאַרהאַקט זיך די טיר אָן אַ זײַ-געזונט, אױפֿן װעג אַרױס פֿון אַ חולהס שפּיטאָלצימער.
אין אַזאַ אַטמאָספֿער פֿון אונטערגאַנג און שלאַפֿקײט װיינט־אױס זײַן הימלגעשרײ שטערנס ליד. אַזאַ טאָן פֿון שפֿלות און מפּלה נעמט זיך, זיכער, טײלװײַז פֿון דער אַלגעמײנער דריקונג אויף דער ייִדישער גאַס אין יענע יאָרן (סוף 20 ער־פֿריִע 30ער יאָרן אין פּױלן), װען ס’האָט זיך אַראָפּגעלאַזט אַ שלײער פֿון עקאָנאָמישער צעפֿאַלונג און אַלגעמײנעם ייִאוש. צום טײל אױך אָבער נעמט זיך דאָס פֿון שטערנס נטייות סײַ שרײַבערישע סײַ פּערזענלעכע. אַלע מיטצײַטלערס, װי ס׳זאָגט עדות רחל אַוערבאַך און אַן אַרטיקל אין „גאָלדענע קײט“, װי אױך אין אָסטראָלענקער יזכּור־בוך, האָבן אים געזען װי אַ כּסדר קרענקלעכער, דערשלאָגענער, און פֿאַרטראַכטער, אַ גאָטספֿאָרכטיקער בעל־חלומות אָפֿט מאָל אָן אַ גראָשן בײַ דער נשמה. איז כּדאַי זיך אָפּצושטעלן אױף אַ מעשׂה װאָס האָט זיך מיט אים אָפּגעשפּילט אין װאַרשעװער געטאָ, װאָס אוערבאַך גיט איבער. ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין גאָרקיך און בײַ איר אַ פֿרעג געטאָן, צי דאָס עסן איז כּשר. „ מיר האָבן דאָך נישט קײן פֿלײש און נישט קײן מילך,“ האָט זי זיך אָנגערופֿן, מיט חידוש. „װי קען זײַן טרײף?“ (שפּעטער צו, װען מע האָט זיך דערשלאָגן צו פֿערדבײנער צו ניצן אין דער זופּ, האָט זי אים געדאַרפֿט געבן צו װיסן אַז דאָס עסן איז שױן רעכט טרײף.) אַזאַ צונױפֿפּאָרונג פֿון טיפֿע אידעאַלן און אפֿשר מער װי אַ ביסל תּמימותדיקײט איז געװען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר שטערנען. ניט געקוקט אויף זײַן שטערנגער פֿרומקייט, קומען פֿאָר זײַנע באַרימסטע לידער נישט אױף דער שפּרודלענדיקער, צי אָרעמער ייִדישער גאַס, נישט אין שול און נישט אין בית־מדרש, נאָר דװקא אין שפּיטאָל, דאָרט, װוּ מע װאָלט געמײנט אַז אַלע גרענעצן און אידענטיטעטן זײַנען אױסגעמעקט. צום טײל איז דאָס ריכטיק: שטערן שרײַבט מער װעגן „מענטש“ װי „ייִד “, מער װעגן „ערד“ װי גלות און ארץ-ישׂראל. זײַנע רעליגיִעזע געדאַנקע-מסעות זײַנען אוניװערסאַלע. בײַנאַנד מיטן אוניװערסאַליזם גײט אױך די אַלװעלטקײט פֿון קרענק און אױסהײלונג, טױט און לעבן װאָס אין בית־חולים. דאָס װאָט קומט פֿאָר אין שטערנס שפּיטאָל איז נישט אַ נאַראַטיװ פֿון קראַנקײט און אױסהײלונג אין ערשטן פּערזאָן. כאָטש עס לײגט זיך אױפֿן שׂכל, אַז שטערן - װי אַן אָרעמאַן אין זיבן פּאָלעס, אַן אױסגעדײװערטער, און אַ לופֿטמענטש - איז אױך געװען אַ שלאַפֿער און אים איז אָפֿט אויסגעקומען צו לייגן אויף א קראַנקן-בעט, גיט ער נישט איבער קײן פּערזענלעכע נאַראַציִע פֿון זײַן אײַנשפּיטאָלירונג, נאָר אַן אַלגעמײנע טעאָריִע, מע קען זי כּמעט אָנרופֿן אַ קבלה פֿון קראַנקײט. אין דער דאָזיקער פּאָעטיזירטער סבֿיבֿה שטײט די צײַט כּמעט װי אױף אײן אָרט. די קראַנקע מאַכן אַדורך איבערגאַנגען אין זײער לעבנס. מע קומט צו־זיך, מע שטאַרבט אַװעק, נאָר דער אַטמאָספֿער בלײַבט די זעלבע. די צײַטלאָזיקײט שענקט צו דעם לײענער אַ מעגלעכן אוניװערס װוּ חולאת און אינװאַלידקײט האָבן אַ װערט, לײזן אױס דעם פֿאַרשמאַכטן פֿון װעלטישן פּײַן. צי קען מען זיך פֿאָרשטעלן אַ מער משיחישע סצענע? מיט דעם אַלעם אָבער איז די פּאָעמע נישט קײן בפֿירוש ייִדישלעכער, נײַערט אַ טיף־רעליגיעזע, אַ ספּיריטועלע כאָטש אַן אַדורכגעדרונגענע מיט לײַד און לײַדנשאַפֿט. כּדאַי זיך אָפּצושטעלן אױף דער היסטאָרישער קאָניונקטור, װאָס האָט דערפֿירט צו אַזעלכע שפּיטעלער אין צװישן־מלחמהדיקער אײראָפּע װאָס האָבן פֿיגורירט אין די װערק פֿון שטערן, טאָמאַס מאַן, און אַנדערע. אין די צװישן־מלחמהדיקע יאָרן (אַזױ גיט מיר צו װיסן די פֿאָרשערין סאָני יודקאָװ), איז געװען פֿאַרשפּרײט דער געדאַנק, אַז דער פֿיבער פֿון טובערקולאַז באַטרײַבט די שאַפֿערישקײט - אַזױ האָבן געהאַלטן סײַ דאָקטױרים, סײַ סתּם מענטשן. אַזאַ געדאַנק איז שױן געװען אָנגענומען זינט לאַנגע יאָרן. אין דער צײַט װען שטערן האָט געשריבן זײַנע שפּיטאָללידער, זײַנען אױפֿגעקומען אַלץ מער אַנשטאַלטן װאָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט די קראַנקע אױף טובערקולאָז. עס קען זײַן (און װײַטער גײט מײַן ספּעקולאַציִע, נישט יודקאָפֿס) אַז דער װ וּקס פֿון דער צאָל פֿון אַזעלכע אַנשטאַלטן איז טײלװײַז געװען אַ רעאַקציע אױף דעם אומסדר פֿון דער װעלט - און די פּסיכאָ־סאָציאַלע אָנשטרענגען װאָס זײַנען דערפֿון. אַרױסגעדרונגען. די אױסלײזונג, װאָס שטערן זעט פֿאָר אין שפּיטאָל, איז מער אַן אײנצלנער שטראַכל אין זײַן פֿינצטערן װעלט־אױסקוק. זײַן שאַפֿן איז פֿול מיט טױט און ייִאוש. נישט געקוקט אױף דעם, אָבער, איז זי באַלױכטן פֿון אַן אױסטערלישער, גאָטספֿאָרכטיקער, שטילער שײנקײט װאָס דער לײענער - אָדער דער שרײַבער פֿון די שורות -, וועט פּלוצעם דערזען אױף טריט און שריט נאָכן צומאַכן דעם באַנד. ניבאָרסקיס הקדמה, כאָטש פֿאָרשעריש, אינטעלעקטועל, געװױגן און געמאָסטן, האָט געלײגט דעם טראָפּ מער אױף ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע װי אױף סטיליסטישע שטירכן פֿון שרײַבער (כאָטש סטיל האָט ער נישט אין גאַנצן פֿאַרקוקט). די קשיא פֿון שטערנס אוניװערסאַליסטישער דיכטונג אין גערעם פֿון זײַן שטרענגער פֿרומקײט װאַרט װי אַן אױפֿגאַבע פֿאַר קומעדיקע קריטיקער.
די ערנסטע פֿראַגע אָבער, װאָס מע טאָר זי נישט איגנאָרירן, איז - װער װעט לײענען אַזאַ באַנד, אַפֿילו אַזאַ פּרעכטיקן מיט די עלעגאַנטע שװאַרץ־אױף־װײַסע מאָלערײַען װאָס באַגלײטן די לידער? צו דער פֿראַגע קומט װי אַ טײלװײַזיקער ענטפֿער די אינטערנעט־איבערזעצונגען און מאַטעריאַלן װאָס באַגלײטן דעם געדרוקטן נוסח. כ’האָב מורא אַז דאַס אַלץ איז ניט גענוג, און דאָס האַרץ זאָגט מיר, אַז דאָס פֿינצטערע ליד שטערנס איז צו טונקל אַפֿילו פֿאַר די ליבהאָבערס פֿון מאַרגינאַלקייט וואָס געפֿינען זיך איצט אין די ייִדישיסטיק-אָפּטיילן. נאָר ווער ווייסט? די אַרויסגעבערס פֿון דאָזיקן באַנד, דערהויפּט דעם רעדאַקטאָר ענדרו פֿײַערשטיין (מיט דער מיטהילף פֿון ניבאָרסקי ווי מיטרעדאַקטאָר), קומט אַ גרויסער מזל-טובֿ, תּשואות-חן, און (פֿאַר וואָס ניט?) אַ דאַנקבריוול פֿון יענער וועלט, ליפּן וואָס מורמלען לידער אין אומבאַקאַנטן געטאָ-קבֿר.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען