![]() | ||||
![]() | ||||
| ||||
![]() | ||||
![]() |
![]() |
![]() |
![]() |
||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
יוסף קערלערס לעצטע לידער
שמחה סימכאָװיטש / טאָראָנטאָ
יוסף קערלער איז געװען איינער פֿון די סאַמע אָנזעעװדיקע ייִדישע דיכטער, װאָס האָבן, נאָכן אַרויסרײַסן זיך פֿון סאָװיעט-רוסלאַנד, אַרײַנגעשריבן נײַע און פֿרישע בלעטער אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער דיכטונג. קערלער איז אויפֿגעװאַקסן אין אַ ייִדישן קאָלװירט אין צפֿון-קרים, שטודירט אין אַ טעכניקום אין אָדעס און דערנאָך אין דער טעאַטער-שול פֿון מאָסקװער ייִדישן מלוכה-טעאַטער. צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדיש-סאָװיעטישע שרײַבער האָט ער געדינט אין די יאָרן פֿון דער צװײטער װעלט-מלחמה אין דער רויטער אַרמײ און איז דרײ מאָל געװאָרן פאַרװוּנדיקט. נאָך דער מלחמה איז ער, װי די מערסטע ייִדישע שרײַבער, אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געװאָרן אין אַן אַרבעטס-לאַגער אין װאָרקוטאַ. נאָכן באַפֿרײַט װערן, אין 1955, האָט ער זיך אומגעקערט קײַן מאָסקװע און אין משך פֿון לאַנגע יאָרן אומדערמידלעך און מוטיק געקעמפֿט פֿאַר זײַן רעכט עוֹלה צו זײַן אין מדינת ישראל. אין ירושלים זינט 1971, איז קערלערס שאַפֿונגס-כּוֹח זיך צעװאָקסן: ער איז געװען דער רעדאַקטאָר פֿונעם ליטעראַרישן יאָרבוך "ירושלימער אַלמאַנאַך", אין װעלכן עס האָבן זיך געדרוקט שאַפֿנגען פון ייִדישע שרײַבער פֿון דער גאָרער װעלט.
ער האָט אויך באַװיזן אַרויסצוגעבן אין ישראל 8 נײַע ביכער לידער און פּראָזע, װי אויך אַן אויסװײַל פֿון זײַנע לידער אין העברעיִש. יוסף קערלער האָט אויך געהאַט די זכֿיה, װאָס נישט יעדער ייִדישער שרײַבער איז זוֹכֿה - אַז זײַן זון דוב-בער זאָל גײן אין דעם פֿאָטערס דרכים - שרײַבן און עוסק זײַן אין ייִדישער ליטעראַטור. "שפּיגל-כּתבֿ ", אַרויס אין ירושלים אין 1996, איז אַ בּשותּפותדיקע לידער-זאַמלונג פֿון פֿאָטער און זון - יוסף און דובֿ-בער (װעלכער שרײַבט אונטערן פּסעװדאָנים באָריס קאַרלאָף). די לעצטע יאָרן איז דובֿ-בער קערלער אַ ייִדיש-פּראָפֿעסאָר אין אינדיאַנאַ-אוניװערסיטעט אין בלומינג-טאָן, װוּ ער האָט אין 2004 אַרויסגעגעבן אַ נײַעם און אינהאַלטרײַכן נומער "ירושלימער אַלמאַנאַך". אין 2005, צום פֿינפֿטן יאָרצײַט נאָך זײַן פֿאָטער, האָט דובֿ-בער צונויפֿגעזאַמלט און אַרויסגעגעבן אין ירושלים אין אַ בוך פון 127 זײַטן זײַן פֿאָטערס לעצטע לידער מיטן נאָמען "דװקא איצט". דער נאָמען, קלערט אויף דובֿ-בער אין זײַן אַרײַנפֿיר, איז גענומען פֿון אַ ליד אין דער זאַמלונג און קלינגט װי אַ שטאָלצער ענטפֿער צו די סאָװיעטישע און אויך ישראלדיקע ייִדיש-פֿאַרנײַנער, װאָס האָבן געראַטן קערלערן אַריבערצוגײן שרײַבן אין רוסיש אָדער עבֿרית. "דװקא איצט" מײנט צו זאָגן, אַז "דװקא איצט װעל איך װײַטער שרײַבן אויף ייִדיש!". די נײַע זאַמלונג איז אײַנגעטיילט אין זעקס אָפּטיילן און שליסט אײַן 50 לידער, מערסטנס געשריבענע אין די לעצטע יאָרן פֿון דעם דיכטערס לעבן. ניט געקוקט אויף זײַן עלטער און פֿאַרערגערטן געזונט-צושטאַנד זײַנען קערלערס מערסטע לידער גלײביק-אָפּטימיס-טיש און לעבנס-באַיאָענדיק. אין "פֿרימאָרגן-ליד", געװידמעט זײַן זון דובֿ-בער, שרײַבט קערלער מיט דיכטערישער התפּעלות:
אַפֿילו פֿאַרװאָרפֿן אין העק פון סאָװיעטישן װאָרקוטאַ-לאַגער, װוּ "ס'איז דער חוֹשך שוין אַזוי געדיכט", גיט דער דיכטער ניט אויף זײַן האָפֿענונג, אַז עס "װעט זיך אָבער דורכברעכן דאָס ליכט". (ז'28). אָט דער גלויבן גיט אים כּוֹח אָנצוגײן מיט זײַן דיכטערישן שאַפן אין די אוממענטשלעכע באַדינגונגען פֿון דער סאָװיעטישער פֿאַרשיקונג. ער שרײַבט: "ס'מעג די װעלט צעשטויסן װערן / װעט דער פֿידל זיך ניט שטילן", װײַל "אויף די פֿליגלען פֿון נגינה / די גאולה קומט". (ז'96). נאָכן אַרויסרײַסן זיך פֿון דער סאָװיעטישער קנעכט-שאַפֿט האָט זיך טאַקע יוסף קערלערס פּאָעטישער פֿידל צעשפּילט מיט האַרציקע און לויטערע טענער. זײַן ליד װערט אַן אַרויסרוף בפֿני עם ועדה, אַז ייִדיש-שאַפֿונג איז ניט אונטערגעגאַנגען:
האַנט אין האַנט מיט זײַן מילדער לעבנס-פֿרײד גייט יוסף קערלערס מאָראַלישע פֿאָדערונג צו זײַן ערלעך מיט זיך און מיט יענעם און ניט אונטערגעבן זיך, אָדער דינען און חנפֿענען אומיוֹשרדיק'ע מאַכטהאָבער.
"דװקא איצט" שליסט זיך מיט אַ לענגערער פּאָעמע "מײַן זײדע יאָסעלע בּדחן ", געשריבן אין לײַכטן פֿאָלקסטימלעכן טאָן, אָבער אויך דורכגעפֿלאָכטן מיט ערנסטע לעבנס-באַטראַכטונגען און הומאַנע געדאַנקען. אַזוי, למשל, דערקלערט יאָסל בּדחן, אין גײַסט פון אַלט-ייִדישן אַנזאָג "איש בחטאו ימות", אַז קינדער
יוסף קערלער באַװײַזט זיך אויפֿסנײַ אין "דװקא איצט" - װאָס ער האָט לײדער ניט באַװיזן צו זען - װי אַ לויטערער ליריקער די ביטערע יאָרן, װאָס ער האָט אַדורכגעמאַכט אין זײַן רוסישן הײמלאַנד, האָבן ניט אָפּגעטעמפּט זײַן עמפֿינדלעכקייט פֿאַר שײנקייט, זײַן ליבשאַפֿט צו מענטש און לעבן, און זײַן שטרעבן צו גערעכטיקייט און מאָראַלישער שטאַנדהאַפֿטיקייט. זײַן קלאָרע און פּשוטדיקע ליריק ציט איר יניקה פֿון די רײנסטע קװאַלן פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס-שאַפֿונג, דיסטילירט דורך דער פּריזמע פֿון אַ מאָדערנעם װאָרט-קינסטלער און ייִדיש-שאַפֿער.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען