![]() | ||||
![]() | ||||
| ||||
![]() | ||||
![]() |
![]() |
![]() |
![]() |
||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דער 12־טער ×ויגוסט – די טר×ַגישע ד×ַטע
שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
זיאַמע טעלעסין: „ די דאַטע" װעלן מיר טאַקע אויספֿאָלגן דעם געבאָט פֿון די פֿריִערדיקע שורות און דערמאָנען זיך, און דערמאָנען אַלע די, וואָס האָבן שוין, אָדער ווילן שוין פֿאַרגעסן אָט די דאָזיקע דאַטע - אַ דאַטע, וואָס האָט זיך אַרײַנגעשניטן אין ייִדישן פֿאָלקישן גוף ווי אַ וווּנד, וועלכע פֿאַרהיילט זיך ניט - 12־טער אויגוסט 1952. 55 יאָר זײַנען פֿאַרבײַ זינט עס איז אויסגעפֿירט וואָרן, אויפֿן באַפֿעל פֿון סטאַלינען און זײַנע געהילפֿן, דער מאָרד איבער די 31 מיטגלידער פֿון ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקווע. אָט דער קאָמיטעט איז געשאַפֿן געוואָרן דורך די סאָוויעטישע אינסטאַנצן אין מערץ 1942 און האָט אין משך פֿון זעקס יאָר געפֿירט אַ ברייטע אויפֿקלערונגס־אַרבעט אין לאַנד און אין אויסלאַנד לטוֹבֿת דעם סאָוויעטן־ פֿאַרבאַנד און זײַן קאַמף קעגן די היטלערישע אָנפֿאַלער. בראָש פֿון דעם קאָמיטעט איז געשטאַנען דער פֿאָלקס־אַרטיסט שלמה מיכאָעלס און אין זײַן פּרעזידיוּם זײַנען אַרײַן די סאַמע פּראָמינענטע ייִדיש־סאָוויעטישע שרײַבער: דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטיין, איציק פֿעפֿער, לייב קוויטקאָ, און דער אַקטיאָר בּנימין זוסקין. אויסער זיי האָבן אין קאָמיטעט פֿיגורירט אַ צאָל אָנגעזעענע געלערנטע, פּאַרטיי־פֿירער און זשורנאַליסטן. ווי די אַנדערע אַנטי־פֿאַשיסטישע קאָמיטעטן (פֿאַר פֿרויען, סטודענטן א.אַנד.) איז אויך דער ייִדישער קאָמיטעט געווען אונטער דער השגחה פֿון סאָלאָמאָן לאָזאָווסקי, דער ייִדישער הויפּט פֿון סאָוויעטישן אינפֿאָרמאַציע־ביוּראָ און פֿאַרטרעטער פֿון אויסערן־מיניסטער מאָלאָטאָוו. דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט אינפֿאָרמירט די וועלט וועגן די דײַטשישע רציחות און שחיטות אין די פֿאַרנומענע געביטן און געהאָלפֿן שאַפֿן באַדײַטנדיקע פֿאָנדן פֿאַר דער סאָוויעטישער רעגירונג און אַרמיי. אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם האָבן שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער באַזוכט אַמעריקע, קאַנאַדע און אַ צאָל לענדער אין אייראָפּע. זיי זײַנען זייער גוט אויפֿגענומען געוואָרן ביי אונדז אין טאָראָנטאָ, וווּ אַ גרויסער עולם איז געקומען זיי הערן. דער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט איז אויך געוואָרן מיט דער צײַט אַ צענטראַלער אַדרעס פֿאַר רוסישע ייִדן. ער האָט געזאָרגט פֿאַר די עוואַקואירטע ייִדישע פּליטים און אינטערווענירט לטובֿת די צוריק־ געקומענע ייִדן אויף די באַפֿרײַטע טעריטאָריעס דורך דער רויטער אַרמיי. אָט די ספּעציפֿיש־ייִדישע טעטיקייט האָט, ווײַזט אויס, נישט נושׂא־חן געווען בײַ סטאַלינען און זײַנע פּאָליט־ ביוּראָ מיטגלידער, וואָס האָבן פֿאַרדעכטיקט די אַרבעט פֿון קאָמיטעט ווי נאַציאָנאַל־ייִדיש. באַזונדערס האָט זיך זייער פֿאָראורטייל פֿאַרשטאַרקט נאָך דער עטאַבלירונג פֿון מדינת ישׂראל אין 1948 און נאָך די גרויסע פּראָ־ ישׂראל דעמאָנסטראַציעס לכּבֿוד גאָלדע מאיר אין דער מאָסקווער סינאַגאָגע ראש השנה און יום כּיפֿור דעם זעלבן יאָר. אייניקע חדשים נאָך דעם איז דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט אויפֿגעלייזט געוואָרן און זײַן פּרעסע־אָרגאַן, די „אייניקייט", ווי אויך דער "עמעס"־פֿאַרלאַג זײַנען געשלאָסן געוואָרן. עס האָבן זיך אָנגעהויבן די אַרעסטן פֿון ייִדישע שרײַבער און אינטעלעקטוּאַלן אין מאָסקווע, קיִעוו, מינסק און בירעבידזשאַן. אין דער זעלבער צײַט האָט זיך אויך אָנגעהויבן אַ ממשותדיקער פּאָגראָם איבער דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. עס זײַנען פֿאַרמאַכט געוואָרן ייִדישע אינסטיטוציעס, ייִדישע שולן און די ייִדישע פּרעסע. אויף סטאַלינס באַפֿעל איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער מאָרד איבער שלמה מיכאָעלסן בּעת זײַן באַזוך אין מינסק. דאָס איז געווען דער ערשטער שטאַרקער קלאַפּ פֿאַרן סאָוועטישן און פֿאַרן וועלט ייִדנטום. פֿון די הונדערטער אַרעסטירטע האָט מען אויסגעטיילט באַזונדער 15 מיטגלידער און מיטאַרבעטער פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, אײַנגעשלאָסן דעם ממונה איבער אים - סאָלאָמאָן לאָזאָווסקי - כּדי זיי צו שטעלן פֿאַר אַן עפֿנטלעכן משפּט. אין משך פֿון צוויי און אַ האַלב יאָר האָט מען די פֿופֿצן אַרעסטירטע געפֿאָרשט און געפּײַניקט, כּדי זיי זאָלן זיך מוֹדה זײַן אין נישט־געשטויגענע פֿאַרברעכנס, וואָס האָט אַרײַנגענומען: ייִדישער נאַציאָנאַליזם, שפּיאָנאַזש און פֿאַרראַט. זיי זײַנען אויך באַשולדיקט געוואָרן אין וועלן אָפּרײַסן דעם האַלב־אינדזל קרים פֿון דעם סאָוויעטן־פֿאַרבאַנד און דאָרט עטאַבלירן אַ ייִדישע מדינה. זײַענדיק שוין מיד און נידערגעשלאָגן פֿון די כּסדרדיקע פּײַניקונגען האָבן אַלע „באַשולדיקטע" אונטערגעשריבן די דיקטירטע פּראָטאָקאָלן. דעם 8־טן מייַ 1952 האָט זיך אָנגעהויבן בײַ פֿאַרמאַכטע טירן דער משפּט איבער די אַרעסטירטע דורך אַ מיליטערישער קאָלעגיע פֿון דרײַ הויכע מיליטערלײַט. אַלע באַשולדיקטע האָבן אָפּגעלייקנט אין גאַנצן אָדער טיילווײַז די פֿאָרגעוואָרפֿענע זיי פֿאַרברעכנס. דאָס געריכט איז געווען גענייגט לטובת די אַרעסטירטע, אָבער דער פּאָליט־ביוּראָ האָט געפֿאָדערט די העכסטע שטראָף. דעם 18־טן יוּלי האָט דאָס מיליטערישע געריכט אַרויסגעטראָגן דעם אורטייל: דערשיסן דרײַצן באַשולדיקטע, בתוכם אַלע ייִדישע שרײַבער, ווי אויך דעם אַלטן באָלשעוויק לאָזאָווסקי. בלויז צוויי פֿון די אַרעסטירטע האָבן אויסגעמיטן די טויט־שטראָף. דער זשורנאַליסט סאָלאָמאָן בערגמאַן איז געשטאָרבן אין תּפֿיסה־שפּיטאָל און די בּיאָ־כעמיקערין לינאַ שטערן איז אָפּגעקומען מיט בלויז פֿינף יאָר פֿאַרשיקונג. דעם 21־סטן אויגוסט 1952 איז אין הויף פֿון דער לוּביאַנקער תּפֿיסה אויסגעפֿירט געוואָרן דער מאָרד איבער די 13 פֿאַרמשפּטע, וואָס זייער איינציקער חטא איז געווען וואָס זיי זײַנען געווען ייִדן און האָבן געשאַפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך. איך וועל ענדיקן מיט די ווערטער פֿון זיאַמע טעלעסין:
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען