| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ב×ָריס ק×ַרל×ָװ / על×ַברעק
לידער פון נײַעם יאָרטויזנט
אַ לידער - זאַמלונג פון אַ דיכטער בן דיכטער - הגם דער נאָמען, מיט װעלכן ער שרײַבט אונטער זײַנע לידער, איז - א פּסעװדאָנים, אָדער ריכטיקער: אַן אויס - געבאָרגטער, װאָס איז ענלעך צו זײַן נאָמען. װײַל - חוץ אַ דיכטער איז ער אויך אַ ייִדיש - װיסנשאַפטלער, פּראָפֿעסאָר פון ייִדיש - קענטעניש אויפן אינדיאַנאַ - אוניװערסיטעט אין בלומינגדייל, פ " שט. די טעמעס און דער כאַראַקטער פון די לידער דריקן אויס מחשבות, שטימונגען און סיטואַציעס. די זאַמלונג איז װי אַן עקספּערימענטן - װאַרשטאַט פאַר דעם מחבר דעם ליטעראַטור - פֿאָרשער. װעגן דער דיכטערישער נעסט, פון װעלכער דער מחבר פון דער לידער - זאַמלונג איז אַרויסגעװאַקסן, קענען מיר לערנען פון דעם טיטל און די שורות פונעם ליד: " װי ענלעך און װי אַנדערש ", געשריבן אין יאָר 1991 צו זײַן פאָטערס 81- סטן געבוירנטאָג:
באָריס קאַרלאָװ - דבֿ - בער קערלער - שפּילט זיך קונציק - הײמיש מיטן מעטאַפֿאָר, מיטן ריטעם און מיט אַלע קאָמפּאָזיציאָנעלע כּלים פון דער פּאָעטישער קונסט. זײַן דעפֿיניציע פֿון ליד געפֿינען מיר אין דעם ליד א. נ. " אַ ליד איז ניט סתם אַזוי:
אאַז " װ. 103 זײַטן, װײכער אײַנבינד. פֿאַרלאַג " אייגנס ". ירושלים 2006.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען