| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
×ויïŽ×Ÿ ïŽ×¢×œ×“ ïŽ×•×Ÿ מוזיק
דאָס ליד וואָס איז ברויט און נאָך מער טבֿיה שקלאָװער
"פֿון אַלע אמתן העכער, טיפֿער פֿון טיפֿסטער חכמה - דאָס ליד, וואָס איז ברויט פֿאַר עמעצן, און פֿאַר עמעצן - נאָך מער !.. " די דאָזיקע ווערטער קומען אויפֿן זינען אַז מע הערט זיך צו צו דעם נײַעם קאָמפּאַקט־דיסק פֿונעם באַגאַבטן מוזיקער יואל רובין מיט זײַן אַנסאַמבל. די דיסקעט הייסט "חצות" און איז געווידמעט דער חסידישער און כּליזמרישער מוזיק פֿונעם אַמאָליקן תּחום־המוֹשבֿ. דעם כּליזמר־קלאַרינעטיסט יואל רובינ'ס קאָמפּאַקטל ''בערעגאָווסקיס חתונה'' האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רוֹשם מיט אַ יאָר צען צוריק און האַט אַנטפּלעקט די פֿאַרגעסענע שעדעווערס פֿון דער כּליזמר־מוזיק, פֿאַרנאָטירטע דורך דעם גרויסן ייִדישן עטנאָמוזיקאָלאָג משה בערעגאָווסקי אין דער פֿאַרמלחמהדיקער אוקראַיִנע. יואל רובין האָט אָפּגעקליבן יענע ניגונים, האָט זיי באַאַרבעט און רעקאָרדירט מיט זיין אינטערנאַציאָנאַלן אַנסאַמבל פֿון מוזיקער־אימפּראָ וויזאַ טאָרן. דער אָפּגעהיטענער איבער די קאַרפּאַטן־בערג פֿאָלקס־מאַניר צו שפּילן, און די מעלאָדישע ענלעכ־ קייט, זענען צוהילף געקומען בײַם אויפֿלעבן די אַלטע ייִדישע ניגונים. אַ טראַדיציע, וואָס האָט אַמאָל געבליט בײַ ייִדן און איז, ליידער, פֿאַרוועלקט געוואָרן אין אייראָפּע - צוערשט דורך דער אורבאַניזאַציע און דערנאָך דורך היטלערס אינוואַזיע און דעם סטאַליניזם. און אָט גייט אַרויס אַ פֿאָרזעצונג פֿון יענעם דיסק, וואָס הייסט ''חצות'' ! דער דיסקעט הייבט זיך אָן ניט געאײַלט, מיט אַ שטילן דועט פון אַ קלאַרינעט מיט אַ צימבל, און פּאַמעלעך, איינער נאָכן צווייטן, שליסן אַלע כּלים זיך אַרײַן, ביז די גאַנצע קאַפּעלע טוט שוין הילכן מיט אַלע אירע בונטע טענער. אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿריִערדיקער רעקאָרדירונג, ווערט דער באַשטאַנד פֿון דער הײַנטיקער קאַפּעלע פֿאַרשטאַרקט מיט מערערע מוזיקאַלישע כּלים. די הײַנטיקע רעקאָרדירונג קלינגט פֿולער און רײַכער. איר אַקוסטישע קוואַליטעט איז געוואָרן וועזנטלעך בעסער. די טענער־שאַטירונגען און דער פֿאַרנעם פֿון די טעמפּאָס איז געוואָרן הײַנט ברייטער. אַזוי װי פֿריִער באַנוצט זיך רובין מיט יענע מוזיק־ אינסטרומענטן, וואָס די כּליזמרים האָבן אָנגעיַרשנט פֿון פֿאַרשיידענע תּקופות. פונדעסטוועגן שאַפֿט דער מיט רובין זײַן אייגענע פֿאַרבנרײַכע פּאַליטרע. ער באַמיט זיך אויפֿצולעבן דעם גײַסט אַליין פֿון דער כּליזמרישער מוזיק. ווען עס קומט צום אויפֿ שטעלן די אַטמאָס פֿער פֿון אַמאָליקע גרעסערע קאַפּעלעס - איז רובין בֿכּוֹח עס צו טאָן גאָר מײַסטעריש, האָבנדיק אין זיין רשות נאָר די מיטלען פֿון זײַן ניט גרויסן אַנסאַמבל. אַ באַווײַז דערויף איז ראַבינאָוויטשס ''גאַס־ניגון'' אינאיי־ נעם מיט די פֿאָלגנדיקע צוויי פֿײַערדיקע פֿריילעכסן פֿון לייב פולווער - דעם קעניג פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַליין אַ כּליזמר־שבּכּליזמר, ווערט אָט דער ניגונים־קראַנץ ממש דער הויכפּונקט פֿון דעם הײַנטיקן פּראָגראַם ! װי אַ כּלל לייגט רובין אַכט אָפּצוהיטן די עמאָציאָ־ נעלע אויסדריקלעכקייט פון דער מוזיק, די אויטענטישע מאַניר פונעם קלאַנג־ציען און דעם מעלאָדישן יסוד פון די געשפּילטע שטיקלעך. ער נוצט הײַנט אויס ברייטער אַזוינע באַזונדערהייטן פֿון כּליזמר ווי דאָס פֿאַרדריידלען פֿון אַיעדן שפּילער אויף אַן אייגענעם אוֹפֿן בײַם ציִען די זעלבע מעלאָדישע שורה, שפּילן אין אוניסאָן און אין אָקטאַוועס. און דאָך פֿילט זיך רובין גאָר פֿרײַ װען עס קומט צו דער אָרקעסטרירונג, אָפֿט עוֹבֿר זײַענדיק אויף די אײַנגעשטעלטע תּקנות. צומאָל קלינגט עס גאָר דערפֿינדעריש, און צומאָל מאַכט עס אונדז שטוינען... רובין איז אַ געניטער מײַסטער פֿון צונויפֿפֿלעכטן די ניגונים־קראַנצן פֿון די איינצלנע מוזיק־שטיקלעך אַזוי, אַז עס דאַכט זיך אַז זיי זײַנען גענוי אַזוי געשאַפֿן און געשפּילט געוואָרן מקדמוֹנים! אין אַלגעמיין טוט רובינס מוזיק באַצויבערן מיט איר שיינקייט, רוחניות און מיט איר ניט וואָכעדיקער ערנסטקייט. ניט וואָס רובין מאַכט נאך די כּליזמריע, נאָר ער טוט זי ממש אויפֿלעבן און ער גיט איר טאַקע אַפּ כּבֿוד - איר אַליין, ווי אויך די דוֹרות פֿון אירע שעפֿער און דעם גאַנצן עוֹלם בּתּוך פֿון וועלכן די מוזיק האָט געלעבט און האַלט נאָך הײַנט אין שוועבן - אַ מוזיק, "וואָס איז ברויט פֿאַר עמעצן, און פֿאַר עמעצן - נאָך מער".
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען