| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אָלימï„ישע שï„ילן
אַ קורצער בליק אויף אַ לאַנגער געשיכטע ד"ר סאַלאָמאָן מאַנישעװיטש באָלטימאָר
די היִײַ־יאָריקע אָלימפּישע שפּילן אין ביידזשין (פּעקין) הײבן זיך אָן אין אַ מזלדיקער דאַטע, װאָס באַשטייט פֿון דרײַ אַכטלעך: דעם 8.8.08. די כינעזער גלײבן אין מזל, און אין זכות פֿון דער אָלימפּיאַדע גלייבט אויך די כינעזישע גרויס־ מאַכט צו קריגן אַ לעגי טימאַציע אין דער מערבֿדיקער װעלט פֿאַר איר איבערגאַנג צו דער קאַפּיטאַליסטישער װירטשאַפֿט, נישט געקוקט אויף איר קאָמוניסטישן רעזשים. דער גרונט־געדאַנק און ציל פֿון דער אָלימפּיאַדע, װאָס װערט אַדורגעפֿירט יעדע פֿיר יאָר אין אַן אַנדער לאַנד, איז צו פֿאַרבינדן די פֿעלקער דורך צוזאַמענברענגען זײערע ספּאָרטלער אין פֿרײַנטשאַפֿטלעכע פֿאַרמעסטונגען אויפֿן ספּאָרטפֿעלד, און נישט אויפֿן שלאַכטפֿעלד. די טראַדיציע פֿון די אָלימפּישע שפּילן איז אויפֿגע קומען אין אַלטערטימלעכן גריכנלאַנד. די גענויע דאַטע איז נישט באַװוּסט, אָבער די ערשטע היסטאָריש באַצײכנטע דאַטע איז אין יאָר 776 פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג, אין 8־טן יאָרהונדערט פֿאַר קריסטוסן, (ד"ה מיט קרוב 2800 יאָר צוריק), אין דער פֿאָרם פֿון װעט־געיעגן צום טעמפּל, אָדער קבֿר, פֿון דעם "אומשטערבלעכן" אָפּגאָט זעוס, אין אָלימפּיע. דער זיגער פֿלעגט געקרוינט װערן מיט אַ קראַנץ, אַ צװײַג פֿון לאָרבער־בלעטער, דעם סימבאָל פֿון שלום. אין די שפּעטערדיקע יאָרן זענען די פֿאַרמעסטן געװאָרן אויסגעברייטערט אויף מערערע ספּאָרט־צװײַגן און אויף מערערע מדינה־שטעט פֿון גריכנלאַנד, די אַ"ג "פּאָליס". אין די טעג פֿון די ספּאָרט־ פֿאַרמעסטן פֿלעגן די מלחמות צװישן זיי אָפּגעשטעלט װערן און די ספּאָרטלער פֿלעגן װערן אײַנגעשװױרן אָפּצוהיטן דעם ספּאָרטיװן גײַסט און די אָנשטענדיקייט אין די פֿאַרמעסטן. די דאָזיקע טראַדיציע פֿון אײַנשװערן די ספּאָרטלער װערט װײַטער פֿאָרגעזעצט זינט דער באַנײַונג פֿון די אָלימפּישן שפּילן אין יאָר 1896, אָבער די מלחמות צװישן די פֿעלקער לאָזן זיך נישט אָפּשטעלן. דאָך געניסן די אָלימפּיאַדעס פֿון דער העכסטער פּאָפּולאַריטעט און אָנערקענונג אויף דער גאַנצער װעלט. אָלימפּיאַ געפֿינט זיך אין אַ הערלעכער געגנט. זיבן װעגן האָבן געפֿירט צו דעם געטלעכן גן־עדן, דעם אָלימפּ. לויט דער גריכישער מיטאָלאָגיע האָבן דאָרט געװױנט אַלע אָפּגעטער פֿון זעוסעס משפּחה. פֿאַר זיי האָבן די מענטשן אויסגעבויט סקולפּטורן און שײַנע װײַסע הײַזער, אין װעלכע קיין מענטשן האָבן נישט געװױנט. יעדע פיר יאָר פֿלעגט אָלימפּיאַ זיך אויפֿװעקן פֿון איר טיפֿן שלאָף און אַהין האָבן, צוזאַמען מיט די ספּאָרטלער, געשטראָמט טויזנטער מענער, פֿרויען און קינדער בײַצוּװױנען די פֿאַרמעסטן, באַװוּנדערן זייערע דערגרייכונגען און זיך פֿרײען מיט די נצחוֹנות פֿון די זיגער, מיט זײער קרוינונג און מיטן שלום. דער ספּאָרטיװער גײַסט און די אָנשטענדיקייט אין די אַלטערטימלעכע אַלימפּיאַדעס האָבן אָנגעהאַלטן ביז דעם יאָר 60 פֿ"ק, װען אין די ספּאָרט־פֿאַרמעסטן האָט זיך באַטייליקט דער רוימישער קיסר נעראָ. זײַן אָנטײל האָט אַראָפּגענידערט דעם ניװאָ פֿון דער אָלימפּיאַדע, דער ספּאָרטיװער גײַסט האָט זיך אויסגעװעפּט, זי איז באַהערשט געװאָרן פֿון קאָרופּציע און דער ניװאָ איז כּסדר געפֿאַלן - ביז דער קיסר טעאָדאָראָס האָט זי אָפּגעשאַפֿט אין יאָר 394, מיט דער שקיעה פֿון דער רוימישער אימפּעריע, װעלכע האָט נאָך פֿון פֿריִער פֿאַרלוירן איר הערשאַפֿט איבער גריכנלאַנד - און אָלימפּיאַ איז אײַנגעשלאָפֿן אויף לאַנגע 1600 יאָר. זי האַט זיך װידער אויפֿגעװעקט נאַך דעם װי אַרכעאָלאָגן האָבן אין יאָר 1875 אָפּגעפֿונען און אויפֿגעגראָבן די מיטאָלאָגישע שטאָט אָלימפּיאַ. די געטער פֿון דער גריכישער מיטאָלאָגיע זענען שוין דאָרט נישט געװען... אָבער דער ספּאָרטיװער גײַסט האָט זיך אויפֿגעװעקט און פֿאַרלאַנגט צו באַנײַען ד י שײנע טראַדיציע. צװײ פּרוּװן, װאָס זײַנען געמאַכט געװאָרן אין 19־טן יאָרהונדערט - איינער אין גריכנלאַנד און דער אַנדערער אין פֿראַנקרײַך - האָבן זיך נישט אײנגעגעבן. ערשט אין יאָר 1894 האָט מאַרקיז פּיער דע קובערטען אָרגאַניזירט אין סאָרבאָן אָן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון ספּאָרט־טוערס פֿון 13 לענדער, אויף װעלכער ס'איז געלײגט געװאָרן דער יסוד פֿאַר באַנײַען די אַלימפּיאַדע יעדע פֿיר יאָר אין אַן אַנדער לאַנד אונטערן דעװיז פֿון "גיכער, העכער, שטאַרקער". אין יאָר 1920 איז באַשטימט געװאָרן װי דער סימבאָל פֿון דער אָלימפּיאַדע דער געפֿלעכט פֿון פֿינף רינגען אין פֿינף קאָלירן, װאָס סימאָליזירן די פֿינף קאָנטינענטן. די ערשטע באַנײַטע אָלימפּיאַדע איז געעפֿנט געװאָרן אין יאַר 1896 אין אַטען. דאָס אָלימפּישע פֿײַער, מיט װעלכן ס'עפֿנט זיך יעדע אָלימפּיאַדע, װערט געבראַכט מיט פֿאַקלען פֿון אָלימפּיע דורך שטאַפֿעטן־לויפֿער, װאָס טוישן זיך אין די װיכטיקע שטעט פֿון אַלע קאָנטינענטן אויפֿן װעג צו דער אָלימפּיאַדע. מיטן אָנצינדן דאָס אָלימפּישע פֿײַער און מיט אַן אויפֿמאַרש פֿון טויזנטער פֿאַרמעסט־ פֿעיִקע ספּאָרטלער פֿון דער גאַנצער װעלט און פֿון אַלע צװײַגן פֿון ספּאָרט, אונטער זייערע נאַציאָנאַלע פֿענער - צװישן זיי אויך אַ דעלעגאַציע פֿון 40 ישׂראלדיקע ספּאָרטלער אונטער דער פֿאָן פֿון ישׂראל - איז די אָלימפּיאַדע פֿון 2008 אין בײדזשין געװאָרן דערעפֿנט. די רומפֿולע געשיכטע פֿון דער אָלימפּיאַדע און איר ספּאָרטיװער גײַסט זענען נישט איין מאָל געװאָרן פֿאַרשטערט און געשענדעט. דרײַ מאָל - אין די יאָרן 1916, 1940 און 1944 - צוליב די צװײ װעלט־מלחמות, און אין די יאָרן 1936 און 1972 - צוליב היטלערס ראַסן־שאַנד אין בערלין און דעם מאָרד פֿון 11 ישׂראלדיקע ספּאָרטלער דורך פּאַלעסטינער טעראָריסטן אין מינכען. אין בערלין האָט היטלער געװאָלט דערװײַזן די העכערקייט פֿון דער אַרישער ראַסע. ער האָט אָבער געליטן אַ דורכפֿאַל װען דער אַמעריקאַנער שװאַרצער ספאָרטלער דזשעסי אָוענס האָט געװוּנען פֿיר גאָלדענע מעדאַלן פֿאַר װײַט־שפּרונג און אַנדערע נצחוֹנות. אין 1972 איז די ישׂראלדיקע דעלעגאַציע געװען אַ קרבּן פֿון דעם פּאַלעסטינער טעראָר, װען 11 פֿון אירע ספּאָרטלער זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן בּעת דער אָלימפּיאַדע אין מינכען. ד אָס געשפּענסט פֿון טעראָר שװעבט אויך איבער דער איצטיקער אָלימפּיאַדע, צו װעלכער די כינעזישע מאַכט האָט מאָביליזירט טויזנטער זיכערהייטס־לײַט צו באָשיצן די ספּאָרטלער. די אַלטערטימלעכע אָלימפּיאַדעס פֿלעגן דויערן פֿינף טעג. הײַנט, װאָס דויערן זײ צען טעג ביז צװײ װאָכן, און װי אַ צוגאָב אַ װינטער־אָלימפּיאַדע פֿון אײן װאָך. אויב נישט אַלע טעג פֿונעם יאָר, זאָלן כאָטש די פֿעלקער אין אָט דער קורצער צײַט זײַן באַהויכט פֿון דעם ספּאָרטיװן גײַסט און פֿון דער האָפֿענונג אויף פֿרידן און פֿרײַנדשאַפֿט צװישן מענטשן און צװישן פֿעלקער. ד"ר סאַלאָמאָן מאַניעװיטש באָלטימאָר
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען