![]() | ||||
![]() | ||||
| ||||
![]() | ||||
![]() |
![]() |
![]() |
![]() |
||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
"קאַטאָװעס אָן אַ זײַט" –
אַ נײַ לידער־בוך פֿון באָריס קאַרלאָװ. מ. אײַזענבוד, מעלבורן
צװישן די הײַנטצײַטיקע ייִדישע דיכטער טײלט זיך אויס באָריס קאַרלאָװ (דב בער קערלער). ער האָט שוין אויף זײַן ליטעראַרישן חשבּון אַ צאָל ביכער (אײנס פֿון זיי צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער יוסף קערלער). דאָס זײַנען ביכער ניט נאָר מיט טשיקאַװע נעמען, נאָר זײ טיילן זיך אויס מיט זײער גײַסטיקן פּנים פֿון פּאָעזיע, צו װעלכער מיר זײַנען ניט געװױנט. הגם זײַן לעצט לידער־ביכל הײסט: "נעכטיקע לידער", ק אָן מען דרײסט זאָגן, אַז זײ זײַנען אויך לידער פֿון מאָרגן, װײַל קערלערס לידער געהערן ניט צו קיין באַשטימ־ טער צײַט אָדער דור. אין אַ לענגערער פּאָעמע דערצײלט אונדז דער דיכטער װעגן זײַן רײזע איבערן מידבּר יהודה: "איך פֿאָר פּאַמעלעך פֿון ים מהלך און אויב כ'װעל װײַטער פֿאָרן די צײַט ניט שפּאָרן װער װײס צי כ'װעל אַהײם דערפֿאָרן". אין אַ ליד װעגן ירושלים זאָגט זיך: "דעם הימלס אַלװעלטלעכער דנאָ צו דיר קום איך װידער צו לאַטען מײַן װאָר מיטן פֿלאַם פֿון דײַן דנאָ" (ז'21). אין טייל לידער װערט דער דיכטער אַביסל סענטי־ מענטאַל, און דאַס קלינגט װי אַ שטילע בענקשאַפֿט: "דו טוסט זיך נאָר אַ ריר צו סאַמע פּראָסטע װערטער אַ ריר אַ שטילן גלעט טאָן אָן אָטעמל ניט מער דאַן װערן זקנים ייִנגער און קינדערלעך באַיערטער און סוֹדות אומדערקלערטע באַשטימען װער איז װער. װען מ'צײלט די צאָל זײַטן, איז עס סך־הכּל ניט מער װי 162. אָבער צװישן זײ איז פֿאַרפֿלאַנצט אַ װעלט אַ גאַנצע מיט װאָגיקע געדאַנקען, שטרע־ מונגען און טײלמאָל אויך - טיפֿער טרויער.
מ. אײַזענבוד, מעלבורן
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען