| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
די קולטור טעטיקייט ×‘ï¬Ÿ× ï¬®×¨×‘×¢×˜×¢×¨-×¨×™× ×’
די טעטיקייט פֿון אונדזער קולטור־קרײַז גײט אָן מיטן גאַנצן שװונג, זי שטעלט זיך נישט אָפּ און מאַכט נישט קיין איבעררײַסן. אונדזערע קולטור־פֿרימאָרגנס גייען אָן רעגולער און אין די פֿיר חדשים זינט דעם לעצטן באַריכט אין די "לעבנס־פֿראַגן" האָבן מיר אַנגעזאַמלט אַ דערפֿאָלגרײַך גערעטעניש פֿון אונדזערע פֿרימאָרגנס אין װעלכע עס באַטייליקן יך אַ צאָל נײ־צוגעקומענע חבֿרים. די לעקציעס זײַנען, װי אַלעמאָל, געװען אויף אַ הויכן ניװאָ. עס זײַנען בײַ אונדז אויפֿגעטראָטן אין אָט דער צײַט מיט לעקציעס און רעפֿעראַטן: ד"ר לאה איילון - וועגן דעם העברעיִשן שרײַבער מ. י. בערדיטשעווסקי און זײַן באַציִונג צו ייִדיש; אַ וווּנדערלעכן רעפֿעראַט האָט געהאַלטן פּראָפֿ' אברהם נאָווערשטערן וועגן די "צוויי לייבן" פֿוּן דער ייִדישער פּאַעזיע: מאַני לייב אוּן משה לייב האַלפערין. מיט אַ קאָנצערט פֿון געזאַנג איז אויפֿגעטראָטן אַסתי סווידענסקי; עס איז אויך פֿאָרגעקוּמען אַ חבֿרישער צווזאַמענטרעף פֿוּן אונדזער קולטור־קרײַז מיט פֿאָרשטײערס פֿון דעם ייִדישן קלוּב אין רחובות, בראָש מיטן שרײַבער מישאַ לעוו װי אונדזערע בכּבֿודיקע געסט. די געסט האָבן דערציילט װעגן זײער טעטיקייט און פֿאַרגעשטעלט זייער נאָרװאָס דערשינענע קאָלעקטיװע אויסגאַבע "װעגן זיך און װעגן אַנדערע", צוזאַמענגעשטעלט פֿון אלישבע כּהן־צדק. וועגן דער פאַרשטאָרבענער דיכטערין רחל קאָרן און איר שאַפֿן האָבן דערצײלט רבקה באַסמאַן בן-חיים אוּן פּעסיע פּאָרטנוי. געזינגען האָט אריה פֿרידמאַן מיט דער באַגלייטונג פֿוּן רעגינאַ דריקער; יצחק לוּדען האָט פּרעזענטירט דעם פֿילם "מיר קומען אָן" וועגן דעם לעבן אין דער מעדעם סאַניטאָריוּם אוּן האָט דערצײַלט װעגן דעם ספּעציפֿישן כאַראַקטער פֿון אָט דעם אומגעװײנלעכן דערציִערישן קינדער־אַנשטאַלט הינטער װאַרשע אין פּוילן פֿון פֿאַרן מבּול. דעם האַרבסט־סעזאָן האָבן מיר פֿאַרענדיקט מיט אַ פֿריילעכן חנוכה־פֿרימאָרגן, אָנגעפֿירט פֿוּן ד"ר מרדכי יוושקאָווסקי, מיט דער זינגערין מאַרינאַ יאַקובאָװיטש. אַ ספּעציעלן פֿרימאָרגן, מיט אַ באַזונדערס גרויסן פֿאַרגעניגן, האָבן מיר געהאַט פֿון דעם גאַסט־אויפֿטריט פֿון דאָראָטעאַ גרעווע מיט 15 מיטגלידער פֿונעם שלמה בירנבויּם אינסטיטוּט און נאָך אַ חשובן גאַסט האָבן מיר געהאַט אַ װאָך שפּעטער- פֿוּן ניו יאָרק: דאָס איז געװען דער רעדאַקטאָר פֿוּן "פֿאָרווערטס", באָריס סאַנדלער, וועלכער האָט געגעבן פֿרעזענטירט זײַן נײַ דערשינען בוּך "רויטע שיכעלעך פֿאַר רייטשעל" און האָט דעמאָנסטריט דעם פֿילם "אַ שפּאַציר אין דער רעדאַקציע פֿון "פֿאָרװערטס".
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען