| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
××‘×¨×”× ×¡×•×¦×§×¢×°×¢×¨
אַבֿרהם סוצקעװער, פֿון די גרעסטע ייִדישע פּאָעטן, איז דעם 20־סטן יאַנואַר 2010 געשטאָרבן אין עלטער פֿון 96 יאָר אין תּל־אַבֿיב. זײַן לעבנס־ געשיכטע רעפּרעזענטירט אַ װירדיקן חלק פֿון דעם ייִדישן נאַראַטיװ פֿון 20־סטן יאָרהונדערט. געבוירן אין סמאָרגאָן נעבן װילנע אין דער צאַרישער אימפּעריע, איז ער אין זײַן פֿריִער קינדהײט פאַרװאָגלט געװאָרן קײן סיביר, האָט זיך צוריקגעקערט אין אומאָפּהענגיקן פּוילן, זיך באַזעצט אין װילנע, װוּ ער איז שפּעטער, בעת דער נאַצישער אָקופּאַציע געװען אַקטיוו און שעפֿעריש אין געטאָ בײַם אָפּראַטעװען די אַרכיװאַלע אוצרות פֿון ייִװאָ. דערנאָך, בּעת דער ליקװידאַציע פֿון געטאָ, איז ער צוזאַמען מיט זײַן װײַב פֿריידקע אַנטלאָפֿן אין די װעלדער צו די פּאַרטיזאַנער און איז אויף סטאַלינס פּערזענלעכן באַפֿ על געװאָרן אַריבערגעפֿירט מיט אַן אײנמאָטאָריקן עראָפּלאַן קיין מאָסקװע. נאָך דער היטלער־מלחמה געװאַרן אַקטיװ אין דער אויפֿריכטונג פֿון ייִדישן לעבן אין אײראָפּע. ער איז אויפגעטראָטן װי אַן עדות אין די נירנבערגער פּראָצעסן, און אין 1947 זיך באַזעצט אין ישראל און פֿון דעמאָלט געלעבט אין תּל־אַבֿיבֿ. ער האָט ממשיך געװען מיט עקשנות צו שאַפֿן אין ישׂראל, געגרינדעט די ליטעראַרישע גרופּע "יונג ייִדיש" און האָט באַטראַכט זײַן טעטיקייט װי אַ רינג פֿון דער אוניװערסאַלער װעלט־קולטור. דעריבער האָט ער אָנגערופֿן די צײַטשריפֿט, װאָס ער האָט געגרינדעט אין יאָר 1949, מיטן נאָמען "די גאָלדענע קייט". אָבער נישט געקוקט אויף זײַן געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט, און נישט געקוקט דערויף װאָס ער איז געװאָרן אַזוי װי אַ טראַגישער גריכישער כאָר, האָט זיך תּמיד אויסגעטײלט סוצקעװערס אינדיװידועלע פּאָעזיע. שוין זײַענדיק אַ דיכטער אין דער גרופּע "יונג װילנע", האָט ער, אין קעגנזאַץ צו דעם ראַדיקאַל־מאָדערניסטישן טאָן פֿון זײַנע חבֿרים, זיך אויסגעצײכנט מיט זײַן עסטעטיקאַנישן צוגאַנג, װאָס האָט אין צענטער פֿון זײַן שאַפֿן אַװעקגעשטעלט די װילדע נאַטור פֿון אויסער דעם ייִדישן שטעטל און האָט זי געפֿורעמט אין אַ קלאַסיציסטישן געװיכט. אין װילנער געטאָ האָבן זיך געענדערט די טעמעס פֿון זײַן דיכטונג, אָבער זײַן קינה איז געבליבן דורכאויס אינדיװידועל, װי דאָס ליד "אונטער דיינע װייסע שטערן", (װאָס זײַן מעלאָדיע איז קאָמפּאָנירט געװאָרן שוין אין געטאָ), אַ ליד פֿון תּפֿילה און אַנטרינונג פֿון זײַנע פֿאַרפֿאָלגער און פֿון גאָט. סוצקעװער איז, װאָס אַן אמת, געװאָרן קלאַסיש שוין אין זײַן יוגנט, לויט די װערטער פֿון זײַן נאָענטן חבֿר דעם קינסטלער מאַרק שאַגאַל (שוין אין די 30־קער יאָרן איז ער געװאָרן איבערגעזעצט, למשל, אויף רוסיש דורך דעם דיכטער באָריס פּאַסטערנאַק); אָבער נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה איז ער געבליבן אײנער פֿון די צענט־ ראַלע און פֿון די אײנציקע װאָרטזאָגערס אין דער שפּראַך װאָס אירע טרעגערס זײַנען מער נישטאָ. װי אַזעלכן האָט מען אים באַטראַכט אויף דער גאַנצער װעלט און גאָר בּפֿרט אין ישׂראל. זײַן דיכטונג איז געװאָרן איבערגעזעצט, שוין אין די 40־קער יאָרן, דורך די גרעסטע העברעיִשע דיכטערס, צװישן זײ נתן אַלטערמאַן, אַבֿרהם שלאָנסקי און לאה גאָלדבערג. "סוצקעװער", האָט שאַגאַל געשריבן אין אַן אַנדער אָרט, האָט געזען פֿאַר זיך יענעם לעצטן טאָג, אָבער ער האָט אויך געעפֿנט, אין אַ גוטער שעה, אַ נײַעם טאָג". אין ישׂראל האָבן זיך װידער געטוישט די טעמעס פֿון זײַן דיכטונג, און די סיבירער לאַנדשאַפֿט פֿון פֿריִער האָט זיך פֿאַרװאַנדלט אין די נאַטור־לאַנדשאַפֿטן פֿון דעם נגבֿ און דעם גליל. ער האָט געשריבן אַ סך און ער האָט מצליח געװען זיך צו באַנײַען תמיד צו יעדע צײַט, אויך אין זײַנע שפּעטע יאָרן. זײַנע "לידער פֿון טאָגבוך", פֿון די 70־קער און 80־קער יאָרן, זײַנען לויטערע קלאַנגען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט און פֿון דער צוקונפֿט צוגלײַך: "װער װעט בלייבן, װאָס װעט בלייבן? בלייבן װעט אַ װינט, בלייבן װעט די בלינדקייט פֿונעם בלינדן װאָס פֿאַרשװינדט. בלייבן װעט אַ סימן פֿונעם ים: אַ שנירל שוים, בלייבן װעט אַ װאָלקנדל פֿאַרטשעפּעט אויף אַ בוים. װער װעט בלייבן, װאָס װעט בלייבן? בלייבן װעט אַ טראַף בראשיתדיק אַויסצוגראָזן װידער זיין באַשאַף"... ( פֿראַגמענט ) סוצקעװער, איינער פֿון די יונגע טאַלענטן פֿון דער ייִדישער דיכטונג פֿאַר דער צװײטער װעלט־ מלחמה, איז געװאָרן מיט דער צײַט דער װעטעראַן פֿון די ייִדיש־פּאָעטן. דאָך האָט זיך זײַן פּאָעזיע נישט געעלטערט און האָט געװעקט אַן אָנאויפֿהערלעכע פֿאַראינטערעסירונג אויף דער װעלט, איז געװאָרן איבערגעזעצט אויף אָן אַ צאָל שפּראַכן. סוצקעװער האָט זוֹכה געװען דעם "פּרס ישׂראל" אין 1985, און לעצטנס זעט אויס, אַז זײַן דיכטונג איז אַנטפּלעקט געװאָרן פֿון דאָס נײַ. אין 2005 איז דערשינען אַן אויסװאַל פֿון זײַנע לידער, איבערגעזעצט אויף העברעיִש סײַ דורך עלטערע און סײַ דורך יונגע פּאָעטן, אונטערן נאָמען "כינוס דומיות" (אַן אויפֿזאַמל פֿון שטילקייטן, פֿ"ג "עם עובֿד" ). דער דיכטער און רעדאַקטאָר דורי מנור סוצקעװערס חבֿר אין די לעצטע יאָרן, האָט געזאָגט נאָך זײַן טויט: "איך האָב דאָס געפֿיל אַז די השגחה האָט זיך אָפּגעטראָגן פֿון אונדז, לײגנדיק דעם לעצטן שטעמפּל אויף אַ פֿאַרענדיקטער עפּאָכע. װי לאַנג סוצקעװער האָט געלעבט צװישן אונדז, האָט דאָ געלעבט עפּעס פֿון דעם גײַסט פֿון דער גרויסער װעלט. איצט, מיט זײַן אַװעקגיין, איז אויך אַװעק דער דאָזיקער גײַסט. װעגן סוצקעװערן דאַרף מען רײדן אין אײן אָטעם מיט די גרעסטע פּאָעטן פֿון 20־סטן יאָרהונדערט; מ'דאַרף אים דערמאַנען נעבן אַזעלכע פּאָעטן װי רילקע, מאַנדעלשטאַם ט"ס עליאָט, און פּאָל װאַלערי. ער איז געװען אַ גרויס־ מײַסטער װי אַ פּאָעט פֿון רענעסאַנס, איז ער אָבער אויך געװען אַ געװאַגטער מאָדערניסט אַ דורכברעכער פֿון צוימען נישט װײניקער פֿון אבות ישורון און יונה װאָלאַך. פֿאַר מיר איז קיין ספֿק, אַז ער איז דער גרעסטער פֿון די פּאָעטן, װאָס האָבן װען עס איז געלעבט אין ישׂראל. דאָס פֿאַרשטויסענע לעבן װאָס סוצקעװער האָט אָפּגעלעבט די לעצטע יאָרן אין תּל־אַבֿיבֿ, איז אַ טרויעריקער מעטאַפֿאָר פֿון דער פֿאַרגעסנקײט פֿון דער גרויסער ייִדישער קולטור". בני מר , "הארץ" 21 יאַנואַר 2010
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען