| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אָבאַמאַס גרויסער × ×¦×—×•×Ÿ
מ-ס, ניו־יאָרק
אַמעריקע איז דאָס איינציקע לאַנד אין דעם אינדוסטריעלן מערב אָן אַ פּראָגראַם פֿון אַ מלוכישער געזונטהייט־פֿאַרזיכערונג פֿאַר אירע בירגער. אין זײַן װאַל־קאַמפּאַניע האָט באַראַק אָבאַמאַ צוגעזאָגט, אַז אַלס פּרעזידענט װעט ער אַזאַ פּראָגראַם פֿאַ רװירקלעכן. הויפּטזעכלעך האָט זיך געהאַנדלט װעגן דעם, אַז נישט נאָר זאָלן אַלע אַמעריקאַנער בירגער קענען געניסן פֿון מעדיצינישער הילף, נאָר אויך, אַז די אַסעקוריר־געזעלשאַפֿטלעכן זאָל נישט זײַן דערלויבט אויסצוקלײַבן בלויז געזונטע מענטשן, אָן אַזויגערופֿענע, "פֿון פֿאָרויס עקזיסטי־ רנדיקע אומשטענדן", און אַז זײ זאָלן נישט קענען אַנולירן די אַסעקוראַציע־אָפּמאַכן װיִ נאָר אַ אַ מענטש װערט קראַנק. אָבאַמאַ האָט אין די װאַלן אָפּגעהאַלטן אַ גרויסן נצחון. איז דאָך גוט. מען מײנט, אַז איצט װעט אַמעריקע װערן "מיט לײַטן גלײַך" און װעט האָבן אַ געזונטהייט־פּראָגראַם, װאָס איז נישט דאָמינירט פֿון די אַסעקוראַציע־געזעלשאַפֿטן. אָבער - נישט אין אַמעריקע... די רעפּוּבליקאַנער האָבן אויפֿגעהויבן אַ געשרײַ: "אָבאַמאַ פֿירט אײַן סאָציאַליזם אין אַמעריקע"; "אָבאַמאַ טרעט אַרויס קעגן דעם פֿרײַען מאַרק און װעט פֿאַרבאַנקראָטירן אַמעריקע!" דאָס זײַנען די זעלבע אַרגומענטן, װאָס מען האָט געהאַט גענוצט קעגן דעם געזעץ פֿון סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג אין די דרײַסיקער יאָרן און קעגן דעם געזעץ פֿון געזונט־פֿאַרזיכערונג - די צװײ סאַמע פּאָפּולערסטע אַמעריקאַנער רעגירונגס־ פּראָגראַמען. אין דער אַמעריקאַנער דעפּוטאַטן־קאַמער, װי עס פֿירט זיך אין אַלע פּאַרלאַמענטן אויף דער װעלט, הערשט די מערהײט. װער ס'האָט אַ מער־ הײט דעפּוטאַטן, דער אָרגאַניזירט די קאָמיטעטן, באַשטימט די געזעצגעבונגס־פּראָגראַמען און פֿירט געװײנלעך אַדורך די געזעצן מיט אַ מערהײט שטימען. אָבער נישט אין סענאַט. אין די ערטשע יאָרן פֿון דער אַמעריקאַנער אומאָפּהענגיקייט האָט מען זיך געאַמפּערט װי אַזוי צו פֿאַרזיכערן, אַז די גרויסע, רײַכע שטאַטן זאָלן נישט דאָמינירן די קלײנע. און דער סענאַט האָט געדאַרפֿט פֿאַרזיכערן, אַז דאָס זאָל נישט געשען. יעדער שטאַט, צי דאָס פּיטשינקע ראָד אײַלענד, צי דאָס ריזיקע טעקסאַס, שיקט קײן װאַשינגטאָן צװײ סאַנאָטאָרן. דער ניו־יאָרק שטאַט מיט אַ באַפֿעלקערונג, װאָס איז צען מאָל אַזוי גרויס װי, למשל, נעװאַדאַ - אויך צװײ. חוץ דעם האָט דער סענאַט אלטפֿרענקישע קאָמפּליצירטע פֿירונגען, װאָס פֿאַרלײַכטערן יעדן סענטאָר צו ברענגען נוצן זײַן שטאַט - און אַ סך געלט. און דער א"ג "פֿיליבאַסטער־געזעץ" דערלויבט יעדן סענאַטאָר צו האַלטן רעדעס, אָדער לייענען נאַרישקייטן - װי לאַנג ער װיל נאָר ( סײַדן אַ גרויסע מערהײט - איצט 60 שטימען - באַשליסט אים אָפּצוהאַלטן) און דערבײַ איז אוממעגלעך צו פֿאַרפֿירן אַ דיסקוסיע װעגן אַ געזעץ װאָס געפֿעלט אים נישט... אין דעפּוטאַטן־ראַט איז סוף־כל־סוף געװאָרן אָפּגעשטימט אַ געזונטהייט־געזעץ. לײַכט איז דאָס נישט אָנגעקומען: די אַסעקוראַציע־געזעלשאַפֿטן האָבן געפֿילט, אַז זייערע פּראָפֿיטן זײַנען באַדראָט און האָבן געשאָסן מיט געלט - װײַל די דעפּוטאַטן מוזן זיך אײַנשאַפֿן מיליאָנען דאָלאַרן פֿאַר זייערע װאַל־קאַמפּאַניעס. דאָס געזעץ איז געװאָרן שטאַרק פֿאַרװאַסערט - אָבער ס'איז אַדורך. אין סענאַט האָט זיך אָנגעהויבן אַ דינגעניש אָנצוזאַמלען ביז 60 שטימען כּדי אָנצוהײבן די דעבאַטע. די רעפּוּבליקאַנער האָבן געשװױרן "אויף לעבן און טויט" נישט אָנצוהײבן די דעבאַטע און האָבן געדראָט די דעפּוּטאַטן, אַז זײ װעלן פֿאַרלירן די װאַלן, אויב זײ װעלן זײַן אײנע פֿון די 60. די פֿירערשאַפֿט פֿון דעם דעפּוטאַטן־ראַט האָט אָבער צונויפֿגעקלעבט די 60 שטימען אין אַ שװאַכערן געזעץ, מיט גרויסע קאָנצעסיעס פֿאַר ד י אַסעקוראַציע־געזעלשאַפֿטן און ס'איז אַדורך. צ"ב, די אַסעקוראַציע־געזעלשאַפֿטן האָבן מוֹרא געהאַט, אַז אויב ס'װעט עקזיסטירן אַ רעגירונג־אינסטאַנץ פֿאַר פֿאַרזיכערן די בירגער, װעט קײנער נישט קויפֿן בײַ די געזעלשאַפֿטן די פֿאַרזיכערונגס־קאָנטראַקטן. האָט מען די רעגירונגס־ פֿאַרזיכערונג אויסגעשטראָכן. אַ שװאַכער געזעץ, אָבער פֿאָרט אַ געזעץ. לויט דער אַמעריקאַנער געזעצגעבונג דאַרף מען "אויסגלײַכן" די צװײ פֿאַרשײדענע װערסיעס פֿון אַ געזעץ - אין דעפּוטאַטן־ראַט און אין סענאַט. אָבער נאָך דער אומגעריכטער דעמאָקראַטישער מפּלה אין די צוגאָב־װאַלן אין מעסאַטשוסעטס האָט אויסגעפֿעלט די זעכציקסטע שטימע פֿאַר דער "אויסגלײַכונג" נוצנדיק די נאָרמאַלע פּראָ־ צעדור: די רעפּובליקאַנער װאָלטן נישט דערלאָזט צו קיין אָפּשטימונג... זײַנען די דעמאָקראַטן געפֿאַלן אויף אַ המצאה: דער דעפּוטאַטן־ראַט װעט אָננעמען די סענאַט־ װערסיע פֿון דעם געזעץ - מיט אַ פּשוטער מער־ הײט, און שפּעטער װעט דער סענאַט - װידער מיט אַן אײַנפֿאַכער מערהײט, לויט דעם אויסגלײַך־ רעגולאַמין פֿאַר אידענטישע געזעצן דורכפֿירן "אויסבעסערונגען" צום שוין אויסגעװײלטן געזעץ לויט דעם װילן פֿונעם דעפּוטאַטן־ראַט. און װידער האָט זיך אָנגעהויבן אַ דינגעניש. אַ טײל דעפּוטאַטן האָבן פּשוט נישט געגלויבט, אַז זײערע קאָלעגן אין סענאַט װעלן אַדורכפֿירן די "אויסבעסערונגען" נאָך דעם װי זייער געזעץ װעט שוין װערן אָפֿיציעל באַשטעטיקט נאָך דער ערשטער אָפּשטימונג. אַנדערע האָבן זיך געדונגען מכּוֹח ספּעציעלע פּריװיליגיעס פֿאַר זייערע שטאַטן, מאַנכמאָל אָן אַ שײכות צום געזונטהייט־געזעץ. צום סוף האָט אַ גרופּע נײַע דעפּוטאַטן פֿון רעליגיעז־קאָנסערװאַטיװע שטאַטן זיך אָפּגעזאָגט צו שטימען פֿאַר דעם סענאַט־געזעץ, װעלכער דערמעגלעכט, װי זײ האָבן געטענהט, אַדורכ־ צופֿירן אַבאָרטן. אָבאַמאַס קאָמפּראָמיס איז באַשטאַנען אין דעם, אַז ער איז מסכּים געװען אָנצושרײַבן אַן "עקזעקוטיװ־ דירעקטיװ" צו באַשטעטיקן, אַז לויט אַ פֿריִערדיקן אַמעריקאַנער געזעץ טאָרן נישט מלוכישע געלטער גענוצט װערן פֿאַר אַבאָרטן. דאָס געזונט־געזעץ האָט זיך אַדורכגעשלײַכט און אָבאַמאַ האָט אים אונטערגעשריבן נוצנדיק אַ פּאָר און צװאַנציק פֿעדערס. מזל־טוב! און דער סענאַט האָט באַשטעטיקט די "אויסבעסערונגען". די רעפּובליקאַנער זײַנען צערײצט. זײ האָבן אָנגעהויבן זײער װאַל־קאַמפּאָניע, כּדי צוריק־ געװינען דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס אונטער דעם לאָזונג "אַנולירן און פֿאַרבײַטן" דאָס פֿאַרהאַסטע געזעץ. ס'װערט אָפּגעשאַצט אין פּאָליטישע קרײַזן, אַז אָבאַמאַ האָט אָפּגעהאַלטן אַ גרויסן נצחון. אָבער - אַ גרויסער "אָבער" - ער האָט פֿאַרלוירן אַ סך ענטוזיאַזם בײַ זײַנע יונגע ליבעראַלע און אומאָפּהענגיקע אָנהענגערס, װעלכע באַשולדיקן אים אין "פֿאַרקויפֿן זײַנע אידעאַלן" - און דאָס קען ברענגען צו זײַן דורכפֿאַל אין די נאָענטסטע פּרעזידענט־װאַלן.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען