| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
הײַיאָר האָב איך געהאַט די געלעגנהײט - און דאָס זיצפֿלײש! - צו קוקן זעקס פֿון די אַכט „אָסקאַר־נאָמינאַטן פֿאַרן „בעסטן פֿילם פֿון יאָר“. די צװײ, װאָס האָבן אױף מיר געמאַכט דעם גרעסטן רושם, באַהאַנדלען די ביאָגראַפֿיעס פֿון באַרימטע ענגלישע װיסנשאַפֿטלער: „די טעאָריע פֿון אַלץ“ מאָלט דעם פּאָרטרעט פֿונעם פֿיזיקער סטיװען האָקינג אין די 1960ער יאָרן, װען מע האָט אים געשטעלט דעם ALS ־ דיאַגנאָז, און אין די 1990ער, װען ער האָט זיך צעשײדט מיטן ערשטן װײַב דזשײן. „ די אימיטאַציע־ שפּיל“ גיט איבער די געשיכטע פֿונעם טעאָרעטיקער פֿון דער קאָמפּיוטער־װיסנשאַפֿט אַלען טיורינג, װאָס האָט בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה באַװיזן צו אַנטפּלעקן דעם דײַטשן „עניגמאַ“־קאָד, אָבער שפּעטער שטאַרק געליטן פֿון זײַן האָמאָסעקסואַליזם, װאָס אין ענגלאַנד האָט מען עס געהאַלטן פֿאַר אַ פֿאַרברעכן קעגן דער געזעלשאַפֿט. (עברית) עקבתי בענין רב אחר הגל של הבאת אמפתיה למצוקת תנועת המרץ בעקבות דבריה של מנהיגת התנועה הגב' זהבה גלאון על דפי "הארץ" בשבוע שעבר. גם במאמר המערכת וגם במאמרים פולמוסיים רוב המגיבים שיבחו את יושרתה ואת העמידה העיקבית על עקרונותיה, שהיא תופעה נדירה בשוק הפוליטי והציבורי השולט בארץ. רוב המגיבים, אזרחים נבונים ובעלי כוונות טובות, מנסים למצוא פתרון למצוקתה של מנהיגת מרץ החוששת מהיעלמה של מרץ מהזירה הציבורית עקב אחוז החסימה והסתערותו של הימין הדורסני על הדמוקרטיה וזכויות האדם. Una hora de música socialista/bundista de lucha social. La música que acompaño a los revolucionarios de 1904, 1917 a las brigadas internacionales y a la resistencia contra los alemanes y sus aliados. מיט אײניקע חדשים צוריק האָב איך שוין געשריבן וועגן שלום אַשן. דעמאָלט האָב איך אַרויסגעזאָגט מײַן האָפֿענונג, אַז מע וועט הײַיאָר ניט פֿאַרגעסן אָפּצומערקן זײַן 135סטן געבוירן־טאָג - דעם 1טן נאָוועמבער. די רייד גייט דאָך ניט וועגן אַבי וועמען, נאָר וועגן ממש אַ ריז, איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע מײַסטערס פֿון ליטעראַרישן וואָרט.
צו װעמען געהערט די ייִדישע ליטעראַטור? צו דעם ייִדישן פֿאָלק אָדער צו דעם שרײַבערס הײמלאַנד? איז, למשל, לײב נײַדוס, װאָס זײַן 125סטן יובֿל װאָלט מען געדאַרפֿט אָפּמערקן הײַנטיקס יאָר, אַ ייִדישער אָדער אַ װײַסרוסישער שרײַבער? עס דאַכט זיך, אַז דאָס אײנציקע אָרט, װוּ מען געדענקט דעם דאָזיקן פֿײַנעם דיכטער הײַנט, איז זײַן הײמשטאָט גראָדנע. די גראָדנער קולטורעלע עפֿנטלעכקײט האָט געפּועלט, אַז די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע זאָל צוטיילן נײַדוסעס נאָמען צו אײנער פֿון די גאַסן. פֿאַר זײַן יובֿל האָט די גראָדנער ליטעראַטור־ פֿאָרשערין אַלאַ פּעטרושקעװיטש פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אױף דער װעבזײַט פֿון דער װײַסרוסישער רעדאַקציע פֿון ראַדיאָ „ליבערטי ‟. דאָס אַלץ האָט אַ קלאָרן פּאָליטישן באַטײַט: דער אינטערעס צו אַ ייִדישן דיכטער איז אַ טײל פֿון דער װײַסרוסישער קולטורעלער אױפֿלעבונג; אָבער לײענען לײענט מען אין גראָדנע די ווערק פֿון נײַדוס אין דער פּױלישער איבערזעצונג, און לכאורה האָט די קלײנע ייִדישע קהילה אַ קנאַפּן אינטערעס אין זײער גרעסטן ייִדישן דיכטער. אָדער עפּעס אַנדערש? איך פּרוּוו זיך דערמאָנען, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל זיך דערוווּסט וועגן דעם 12טן אויגוסט 1952 - איך מיין די עקזעקוציע פֿון ייִדישע שרײַבער און אַנדערע טוער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אַגבֿ, ווי איך האָב שוין געשריבן, איז מיר ניט צום האַרצן דער טערמין, וואָס עמעצער האָט צוגעטראַכט: Night of the Murdered Poets. אין יענעם טאָג זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן דרײַצן מענטשן, אָבער נאָר פֿינף פֿון זיי זײַנען געווען שרײַבער: דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, לייב קוויטקאָ און דוד האָפֿשטיין. דער ברייט־אונטערגעכאַפּטער באַגריף - „די נאַכט פֿון דערמאָרדעטע דיכטער ‟ , פֿאַרוואַנדלט די איבעריקע אַכט קרבנות אין צווייט־ראַנגיקע פֿיגורן. דאָס איז ניט ריכטיק היסטאָריש און איז פּשוט ניט מענטשלעך. פּסיכאָלאָגיע פֿון שאַפֿן איז אַ רעלאַטיװ נײַער צװײַג פֿון װיסנשאַפֿט, און איך פּערזענלעך האָב אַ גרױסן ספֿק, צי עס געפֿינט זיך אױף דער װעלט אַ חכם, װאָס װײסט װי אַזױ ס׳װערט געבױרן אַ קינסטלעריש װערק. עס דאַכט זיך, אַז הײַנטיקע טעג, װען אַלע ייִדישע פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורגן קען מען אַװעקזעצן אין אײן אױטאָ און ס׳װעט נאָך בלײַבן פּלאַץ פֿאַר אַ פּאָר קינדער, װאָלט געװען זײער פּשוט צוצושטעלן אַ גרופּע פּסיכאָלאָגן צו יעדן ייִדישן שרײַבער און דערגײן דעם טאָלק: װאָס באַװעגט מיט די ייִדישע קינסטלער צו אַרבעטן אױף אַ שפּראַך און אין אַ קולטור, װעלכע איז שױן כּמעט אומפֿאַרשטענדלעך און אומבאַקאַנט דער גרױסער װעלט ? דער גרויסער „היסטאָרישער ייִדישער פּרעסע־פּראָיעקט ‟ בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן ציל צו דיגיטאַליזירן וויפֿל נאָר מעגלעך פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע צײַטונגען, וואָס מ'האָט געדרוקט אין אַלע עקן וועלט. אויף דער פּראָיעקטירטער וועבזײַט קען מען שוין לייענען מער ווי 1.2 מיליאָן זײַטן פֿון 127,363 באַזונדערע נומערן פֿון 54 פֿאַרשידענע צײַטונגען, דערשינען אין משך פֿון די יאָרן 1843־2014. צווישן די עקזעמפּלאַרן, וואָס מע קען שוין לייענען „אָנלײַן ‟ געפֿינט מען יידישע צײַטונגען אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, אונגעריש, דזשודעזמאָ, יודעאָ־אַראַביש, רוסיש און אויך, פֿאַרשטייט זיך, ייִדיש. first published June 05, 2015. לייענען קען איך, ביידע ייִדישע לשונות רעד איך, נישט אַלע ייִדישע יום-טובֿים פֿײַער איך, די ייִדישע פֿראַגע עקבערט מיך, איבער דער ייִדישער מדינה ציטער איך, ווי מ’ציטערט איבער אַן עופֿעלע, ייִדיש האָב איך געקנאָטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט מײַנע תּלמידים אַרום 25 יאָר צײַט; איך האָב זיי געקאָרמעט מיט ייִדיש וויסן, מיט ייִדישער געשיכטע, ייִדישער קולטור, ייִדישער ליטעראַטור, ייִדישער מוזיק, קונסט, טראַדיציע, מינהגים און ריטואַלן. דער אַנאָנימער מנדבֿ האָט צוגעזאָגט, אַז פֿאַר יעדן בײַשטײַער, וואָס וועט אַרײַנקומען לטובֿת דעם פּראָיעקט, וועט ער אַליין צוגעבן צוויי מאָל אַזוי פֿיל, ביז מע וועט דערגרייכן $1,160,000. דער פּראָיעקט, וואָס האָט ביז איצט געהייסן „דער ייִוו״אָ־ווילנע פּראָיעקט‟, וועט איצט הייסן „די „ייִוו״אָ־ווילנער זאַמלונגען - אַ היסטאָרישע דיגיטאַלישע איניציאַטיוו‟. ווען די הייליקע "ימים הנוראים" דערנענטערן זיך, קומט אויף מיר אַ שווערע שטימונג. ווייל אין אָט דער צייט זיינען אַוועק אין דער אייביקייט ביידע מײַנע עלטערן. מײַן טאַטע, דער חורבן שרײַבער ירחמיאל בריקס איז נפֿטר געוואָרן חול המועד סוכות ט"ז תשרי תשל"ח מיט 41 יאָר צוריק, מײַן מאַמע, הינדע אתיה (פֿון דער היים - וואָלף), איז באַערדיקט געוואָרן ערב ראש השנה תשס"א מיט 15 יאָר צוריק. ביידע ליגן אין ירושלים, אויפֿן הר הזיתים. ניו־יאָרק איז אַ שטאָט פֿון קאָנטראַסטן. אַ גע װ יסן שבת, דעם 20סטן יוני, איז אין ברוקלינער ראַיאָן פֿון קאָני־אײַלענד פֿאָרגעקומען דער יערלעכער „פּאַראַד פֿון וואַסער־מיידלעך ‟. לויט דער צײַטונג „דיילי־ניוז ‟ האָבן זיך אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג באַטייליקט, נישט געקוקט אויפֿן שלעכטן רעגנדיקן וועטער, עטלעכע טויזנט נפֿשות, על־פּי־רובֿ אָפּגעדעקטע פֿרויען, אַזוי ווי די לעגענדאַרע ים־באַשעפֿענישן. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז פֿאַר אַזאַ אונטערנעמונג איז דער רעגן נישט דער גרעסטער נסיון. דער יערלעכער קאַרנאַוואַל איז אַ זעלטענער פֿאַל, ווען די פּאָליציי פֿאַרקוקט די פֿרויען, וואָס גייען בפֿרהסיא נאַקעט, בלויז באַפֿאַרבט אין „אָקעאַנישע ‟ קאָלירן. אַז דאָ גייט אַ רייד וועגן די געוויינטלעכע מענטשלעכע נקבֿות, וואָס האָבן איך בין לעצטנס געפֿאָרן צוזאַמנען מיט מײַנע עלטערן אויף אַ ריזיקן יאַריד פֿונעם סאָרט, וואָס מיר אַמעריקאַנער רופֿן אָן מיטן מאָדנעם אויסדרוק, וואָס קלינגט אויך אויף ייִדיש - „פֿליי־מאַרק ‟. אויפֿן יאַריד אין אַ גאָר דאָרפֿישן ווינקל פֿון דרום־ניו־דזשערזי זענען, ווי ווײַט איך ווייס, ניטאָ קיין פֿליי, אָבער ס׳זענען יאָ געווען העכער טויזנט פֿאַרשידענע סוחרים, וואָס האָבן פֿאַרקויפֿט אַלע מינים אַלטוואַרג. צווישן די קליינע טישן, פֿאַרשטעלט מיט סחורה האָט מען געקענט געפֿינען אַלט מעבל, פֿאַרשידענע מינים פֿאַלשע צירונג, אַלטע צײַטונגען און ספּאָרט־אָנדענק־זאַכן, מוזיקאַלישע אַלבאָמען אויף עטכע פּלאַטעס און קאַסעטן, כּלערליי אָפּגעטראָגענע קליידער, און אומצאָליקע מינים מיליטערישע אָביעקטן: אוניפֿאָרמען, מעדאַלן, ביקסן, קוילן און אַפֿילו אַ פּאָר (האָפֿנטלעך אומאַקטיווע) גראַנאַטן. איך פֿאָר שוין אַ לעבן־לאַנג אויף אַזעלכע יאַרידן מיט די עלטערן. מיר האָבן זיי ליב ניט בלויז צוליב די אַלע טשיקאַווע זאַכן, אויף וועלכע מע קען זיך דאָרטן אָנשטויסן, נאָר אויך ובפֿרט צוליב די גאָר אינטערעסאַנטע מענטשן, מיט וועלכע מע קען זיך דאָרטן באַקענען. (דער ישראלדיקער דאנאלד קראמפ) אורן חזן , מקום 30 ברשימת הליכוד , נציג הצעירים במפלגה, ספסר הימורים לשעבר לכאורה ולפי תחקיר ערוץ 2, גם מי שתיווך בעסקאות זנות בין נערות ליווי לאורחי קזינו, איש שהמשטרה המליצה לא מכבר להעמידו לדין עלתקיפת עובד ציבור והתנהגות פסולה במקום ציבורי - עשה זאת שוב. בפעם השנייה בתוך שבוע במליאת הכנסת, התעמר ועלב בח"כ ד"ר קארין אלהרר ו הלעיג עליה שמחמת נכותה היא נזקקת לעזרה פיזית בהצבעות. כצפוי, קמה זעקה ציבורית, נכונה ומוצדקת: הפרלמנטר הזה, שכבר הוכיח בעבר כי הוא לוקה בהעדר מוחלט של רגישות אנושית, לא ראוי לשבת במשכן, בכל תפקיד שהוא. יאַן אַרטוס־בערטראַנד, דער שאַפֿער פֿון „מענטשיש”, מיטן שילד: „איך בין אַ קלימאַט־באַשיצער ” דער פֿראַנצייזישער דאָקומענטאַריסט יאַן אַרטוס־בערטראַנד (Arthus-Bertrand) שאַפֿט אין די לעצטע יאָרן עפּישע דאָקומענטאַר־פֿילמען, באַהאַנדלענדיק די גאָר גרויסע טעמעס פֿון אונדזער פּלאַנעט. אין זײַן פֿילם „היים ” (Home) פֿון 2009, האָט ער געוויזן, דורכן אויסערגעוויינטלעכן לופֿט־פֿילמירן, ווי געקניפּט און געבונדן זענען די אַלע פֿענאָמענען און פּראָבלעמען פֿון דער וועלט; ווי אַזוי מיר אַלע באַשפּײַזן זיך פֿון דער זעלבער ערד, פֿון די זעלבע קוואַלן און ימען. װילסטו זיך טרעפֿן מיט ייִדן - גײ אויפֿן גענשער בּית־עוֹלם. אַבֿי האָפֿמאַן אין דער ראָל פֿון דעם סוחר ווילי לאָמאַן אין אַ סצענע פֿון אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן ‟, געשפּילט דורך דעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער ‟, שטייט דער נעבעכדיקער סוחר ווילי לאָמאַן (אַבֿי האָפֿמאַן), אומבאַהאָלפֿן נאָכן אַמפּערן זיך מיט זײַנע זין. בעת זײַן פֿרוי לינדאַ (סוזען טאָרען) נעמט אים אַרום און טרייסט אים, זינגט זי זיך שטיל צו די מעלאָדיע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען ‟. דער דאָזיקער אויסגעצייכנטער איראָנישער קנייטש בינדט צונויף דעם וויכטיקן מאָמענט אין דער שפּיל ניט בלויז מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, נאָר ער דינט אויך ווי אַ ביטערע באַלויכטונג פֿון דער ייִדישער באַציִונג צום אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטישן חלום. ווילי לאָמאַן איז טאַקע אויסגעוואַקסן צו זײַן אַ קאָמיוואָיאַזשאָר, אַ סחור, ווי עס חלומט די מאַמע בײַם „ייִדעלעס וויגעלע ‟. אַנשטאָט אָבער „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען ‟ האַנדלט ער מיט זאָקן; און אַנשטאָט צו „פֿאַרדינען פֿיל געלט ‟ דערוויסט זיך לאָמאַן, נאָך 36 יאָר פֿון אַרומפֿאָרן איבער גאַנץ אַמעריקע צו פֿאַרקויפֿן זײַן סחורה פֿאַר דער זעלביקער פֿירמע, אַז זײַן טויט (צוליב זײַן פֿאַרזיכערונג) איז ווערט מער ווי זײַן לעבן. הגם אַ סך ייִדן זענען צופֿרידן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג קלײַבט זיך אַרויסצולאָזן פֿון טורמע דעם פֿאַרמישפּטן שפּיאָן יונתן פּאָלאַרד, באַמערקן אַ טייל קריטיקער, אַז די מעשׂה מיט זײַן שפּיאָנאַזש האָט אַ צווייפֿלהאַפֿטן טעם. זײַן שפּיאָנירן לטובֿת ישׂראל האָט קאַליע געמאַכט די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דער אַמעריקאַנער רעגירונג. דערצו, איז עס אַ קלאַפּ פֿאַרן מאָראַלישן אימאַזש פֿון ייִדן. דאָס בילד האָט אויפֿגעטרייסלט און פֿאַרשעמט די וועלט. אויפֿן זאַמד בײַם ים־ברעג לעבן דעם לוקסוסדיקן וואַקאַציע־שטעטל באָדרום, אין טערקײַ, ליגט אַ קליין ייִנגעלע. ווען ניט די ווייכע כוואַליעס וואַסער, וואָס גלעטן זײַן קערפּער און פֿאַרדעקן אים איבערן קאָפּ, וואָלט מען גרינג געקענט מיינען, אַז דאָס קינד שלאָפֿט. דאָס ייִנגעלע שלאָפֿט אָבער ניט. עס ליגט אַ טויטס, אַ דערטרונקנס. פֿונעם 7טן ביזן 10טן סעפּטעמבער איז אין פּוילן פֿאָרגעקומען די צווייטע קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, יצחק־לייבוש פּרץ, צו זײַן 100סטער יאָרצײַט. איר טיטל איז געווען „י. ל. פּרץ און זײַן סבֿיבֿה " די ערשטע קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען אין חו ד ש אַפּריל אי ן וואַרשעווער אוניווערסיטעט; די באַטייליקטע האָבן דעמאָלט אויך באַזוכט דעם וואַרשעווער ייִדישן בית־עולם. די צווייטע קאָנפֿערענץ אין די ראַמען פֿון דעם פּרץ-יאָר האָט שוין געטראָגן דעם כאַראַקטער פֿון אַ מין אַקאַדעמיש ן װ אַנדערנדיקן סימ פּאָ זיום געווידמעט די פּוילישע שטעט און לאַנדשאַפֿטן. דעריבער איז פּאַסיק דאָ געוואָרן צו באַנוצן דאָס וואָרט „סבֿיבֿה Peretz Markish - In Honor of his 120th Birthday אין „אַרבעטער־רינג ‟ אין תּל־אָבֿיבֿ האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם, וואָס איז געקומען דערמאָנען דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש. ווי עס פֿירט זיך אויף קאַלישער, האָט די אַקטריסע שוראַ גרינהויז־טורקאָוו געעפֿנט די אונטערנעמונג. זי האָט פֿאָרגעשטעלט דעם לעקטאָר, פּראָפֿ‘ אַבֿרהם נאָווערשטערן, וואָס האָט טיף און צוטריטלעך דערציילט אין זײַן רעפֿעראַט וועגן דעם „שטורעמפֿויגל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע ‟. און שעהן אין דער "לוביאַנקע" בלעטערנדיק אין די פאַרגעלטע בלעטלעך פון מײַן מעדיצינישן אַרכיװ, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אויסצוגן פון "קראַנקן-היסטאָריעס" פון צװײ פּאַציענטן - איינער פון זײ אַ "פאַרדינסט- פולער פּענסיאָנער", ד"ר ש. דער צװײטער, אַ געװײנלעכער פּענסיּאָנער, בירגער נ.. בײדע האָבן געהאַט אַ שײכות מיטן אומקום פון פּרץ מאַרקיש. אין 1955 האָט מען זײ מיטאַמאָל באַפרײַט פון זייער דינסט אין דער לוב-יאַנקער תפיסה אין מאָסקװע און מ'האָט זיי דעמאָלט פּענסיאָנירט. ד"ר ש. איז נאָכן אַרויסגיין אויף עמעריטור אַרײַנגע פאַלן אין אַ שװערער דעפּרעסיע. ער האָט זיך באַשולדיקט אין אַ סך פון די עװלות, װאָס זענען באַגאַנגען געװאָרן כּלפּי די צום טויט פאַראורטיילטע "פּאַציענטן", און גאָר באַזונדערס - אינעם דערשיסן פּרץ מאַרקישן. "ער איז ניט געװען בײַם זינען און איך האָב געחתמעט, אַז ער איז געזונט", האָט ער געטענהט. בעת דער ערשטער מעדיצינישער אונטערזוכונג האָט ד"ר ש. אָן אויפהער געמורמלט: 3 Reasons Bibi Won — and What It Mens So you wanted a Jewish state - a democracy, no less. Well, you got one. Over the course of a century, the most talkative people has been empowered with the most debate-encouraging political system to create what is arguably one of the most colorful, noisy and widely-covered election cycles in the world. But while this election’s results are pretty much in line with what the final weeks of polling have suggested - the bigger Likud and Zionist Camp parties came out stronger than expected, while Moshe Kahlon still looks like the kingmaker for the next government - there were a few last-minute surprises that will resonate far beyond the coming weeks and months. היא פיזרה את חייה לריק, על זבל, על שום דבר, כתובת המצבה של אנה מרגולין, משוררת יידיש מיוסרת,
בבית העלמין מאונט כרמל, ניו יורק בשעה שאני כותבת זאת, אני חוששת שאני יוצאת נגד הכתובת על מצבתה של אנה מרגולין המפציר בעובר האורח לא לומר דבר. ברורים ככל שיהיו תחנוני מצבתה לרחם עליה, ללכת משם ולשתוק, אין זה אפשרי לציית לה. כמעט שלא מצאתי אותה. כששאלתי בשער, כמנהגי תמיד, על המשוררת תוך שימוש בשמה, בידיעה ששם העט היידי שלה מתנוסס בראש המצבה, שכחתי לרגע שבית־עלמין יהודי יכול לרשום אותה בשם הנישואין שלה, ואולי בשמה שלפני הנישואים, היות שהיא אינה קבורה לצד בעלה המשורר. אַ העלפֿט פֿון מײַנע באַקאַנטע האַלטן, אַז איך בין אַ ייִד אַ נודניק, װײַל יעדן שמועס פֿאַרקערעװע איך אױף דער טעמע פֿון דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש. און די צװײטע העלפֿט באַקאַנטע האַלטן, אַז איך בין אַ העכסטער אָפּטימיסט, װײַל צו יעדער טרױעריקער און װײטיקדיקער געשעעניש האָב איך אין קעשענע אַ פּאָר זײער פֿרײלעכע אַנעקדאָטן. מילא, אַז מע שטעלט צונױף די בײדע דעות, קומט אַרױס „אַ פֿרײלעכער נודניק ‟ . אױך ניט שלעכט. מה שעושה מדינה למדינה טובה אינו מידת האושר של תושביה, אלא רמת המוסר והאתיקה שלהם . כשחיילים נדחפים ומעודדים מדי יום לדכא ולהשפיל בני אדם ולהתייחס אליהם כאל אנשים נחותים, זה משפיע על החיילים, וכשהם חוזרים הביתה לסוף שבוע הם לוקחים את זה אתם". את הדברים הללו - המדויקים, הכואבים, המובנים מאליהם - אמר רב"ט שחר אברהם ברן, חייל בודד בן 19, חובש כיפה סרוגה, שמשרת כלוחם חילוץ והצלה של פיקוד העורף בבקעת הירדן . - מיר דערלאַנגען דיר הײַנט דעם עלעקטראָנישן ווינטער־נומער 16 / 2015 פֿון אונדזערע פֿרײַע לעבנס־פֿראַגן נומ' 2 אין אַ שטאַרק אויסגעברייטערטן פֿאַרנעם - דאָס מאָל אין אַ גרויסער צאָל אויסגעווײלטע אינטערעסאַנטע אַרטיקלען, דערציילונגען,ווי אויך ליטעראַרישע שאַפֿונגען אין פּראָזע און פּאָעזיע - אַ מין ייִדישן "רידער דײַדזשעסט",וואָס די מערסטע פֿון זיי זײַנען אָפּגעקליבענע פֿון ייִדישן "פֿאָרווערטס" און פֿון אַנדערע ייִדישע און העברעיִשע מקורות. אין ביידע לשונות. אויך עטלעכע אויף ענגליש, מיטן ציל צו דערנעענטערן דעם אַנדערשפּראַכיקן לייענער צום ייִדישן ליטעראַרישן לשון. די אַלמנה פֿון דעם שרײַבער משה גראָסמאַן מײַן מאַמע ראָזאַ גראָסמאַן, די אלמנה פֿון דעם באַוווּסטן ייִדישן שרײַבער משה גראָסמאַן (1904 - 1961), איז אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 94 יאָר און איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין תל-אבֿיבֿ דעם 3-טן אַפּריל 2016 - גענוי אינעם יאָרטאָג פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן, מײַן טאַטן, וועלכער איז פֿאַר דער היטלער-מלחמה געווען אַ מיטאַרבער אין וואַרשעווער "הײַנט". ער האָט זיך גאָר באַזונדערס קונה-שם געווען מיט זײַנע צווײ ביכער "אַ וידוי פֿון אַ רעוואָלוציאָנער" און "אין פֿאַרכּישופֿטן לאַנד פֿון דעם לעגענדאַרן דזשוגאַשווילי", אין וועלכע ער האָט אויפֿגעדעקט דעם אמתדיקן פרצוף פֿון קאָמוניזם און די פֿאַרברעכנס פֿון דעם סטאַליניסטישן רעזשים אין ראַטנלאַנד.אויף איבערצוזעצן פֿון ענגליש אויף ייִדיש אָדער פֿאַרקערט, מוז מען זײַן באַהאַוונט אין אַ פֿליסיקן ייִדיש, אין לשון־קודש, דער עיקר, ייִדישקייט, שוין אָפּגערעדט פֿון ענגליש מיט אירע שפּראַך־אוצרות - אַנישט טרעפֿט מען אין לא מיט אַ ספּאָדניצע. נישט איין מאָל שוידער איך אויף, ווען איך קום צו די פּאָר שורות אין חיים גראַדעס „מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער ‟, פֿון וועלכע איך האַלט אין איין שרײַבן און איבערחזרן די עוולה. דער איבערזעצער, מילטאָן הימלפֿאַרב, האָט געמאַכט אַ גראָבן טעות, וואָס האָט זיך געקלעפּט ווי אַרבעס צו דער וואַנט. עס האַנדלט זיך אין דער פֿראַזע: „ איך וועל דיר געבן אַ משל פֿונעם בן־מלך מיטן נזיר ‟, האָט דער איבערזעצער עס געטײַטשט: “I will give you a parable of the Prince and the Nazarite.” - "צי האָט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט געלערנט - און װאָס האָט זי געלערנט - פֿון דעם ראַבין־מאָרד? צי האָט זי געמאַכט דעם געװיסנהאַפֿטן נאַציאָנאַלן חשבון־הנפֿש, צו װעלכן זי איז גערופֿן געװאָרן, און צו װעלכן זי האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט מיט זעקס יאָר צוריק, נאָכן מאָרד פֿון דעם פּרעמיער יצחק ראַבין?" די דאָזיקע שאלה װערט געפֿרעגט, שױן װי אַ טראַדיציאָנעלער ריטואַל, יעדעס יאָר װען עס װערט אָפּגעצײכנט דער יאָרטאָג פֿון דעם סאַמע דערשיטערנדיקסטן געשעעניש אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. זי איז אױך געפֿרעגט געװאָרן הײַנטיקע װאָך, צו דעם זעקסטן יאָרטאָג פֿון דעם שענדלעכן נאַציאָנאַלן פֿאַרברעכן. אַ שפּאַציר איבער די בלעטלעך פון זשורנאַליסטישע ראַפּאָרטן און רעפּאָרטאַזשן פֿון די לעצטע צװאַנציק-דרײַסיק יאָר איז װי אַן עקסקורסיע איבער אַרכעאָלאָגישע אָדער היסטאָרישע אָביעקטן פֿון אַלט - פֿאַרגעסענע צײַטן. פֿאַר וויסנשאַפֿטלער, פֿאָרשער און היסטאָריקער, אַזוי װי פֿאַר סתּם נײַגיריקע וויסן - דורשטיקע לײַטן, קען דאָס זײַן אַ קאָלעקטיװע איבערלעבונג, אַ דערמאָנונג פון אַן עקזאָטישער תּקופֿה אָדער, צומאָל, פֿון אַ ראָמאַנטישער פֿאַרגאַנגענהייט. פֿאַר שרײַבער און קינסטלער איז עס אַן אויפֿגעכאַפּטער רוישטאָף צו געשטאַלטן קינסטלעריש די קאָליריקע דראַמע פֿון דער גרויער טאָגטעגלעכקײט. אַ בינטל לידער און אַ קראַנץ אַרטיקלען
א קראנץ פאר רבֿקה באַסמאַן בן-חיים
התנועה הציונית שמה לה למטרה לתת פתרון לשאלת היהודים. האמצעי שנבחר הוא מדינה. התקווה היתה שעם הקמת המדינה יבוא מזור לבעיית האנטישמיות ולמצב שבו היו שרויים היהודים. תפישה זו התחזקה בעקבות השואה, ויש כנראה צדק בטענה שבעקבותיה נתנו אומות העולם את הגושפנקה להקמת המדינה היהודית. עס גייען הײַנט אַרויס אין ניו־יאָרק זייער אַ סך קינדער־זשורנאַלן פֿון פֿאַרשידענע קוואַליטעט־ניוואָען. צוליב דער קאָנסערוואַטיווקייט פֿון דער פֿרומער סבֿיבֿה קען מען, אַפֿילו אין די בעסטע חסידישע קינדער־זשורנאַלן, לייענען אַמאָל אַרטיקלען, וואָס זענען ניט אין גאַנצן „פּאָליטיש־קאָרעקט‟. אין די גאָר שוואַכע זשורנאַלן, אָבער, דרוקט מען צומאָל גאַנץ עקלדיקע אַרטיקלען, וואָס וואָרענען קעגן דער „געפֿערלעכקייט‟ און אַפֿילו דער „נאַרישקייט‟ פֿון די גויים. אַזאַ ראַסיזם קעגן גויים בכלל איז ניט קיין גרויסער חידוש פֿאַר די, וואָס לייענען פון מאל צו מאל די חסידישע פּרעסע. אַן אַלטע פֿרוי פון 92 יאָר, װאָס איז נעלם געװאָרן פון איר עלטערהיים אין נאָרװעגיע און האָט באַאומרוּיִקט די אָרטיקע פּאָליצײ, האָט זיך אָפּגעפֿונען אין אַן אַנדער לאַנד מיט איר געליבטן, אַ יונגערמאַן פֿון 87 יאָר. קײן װוּנדער נישט, װאָס די באַאַמטע און די באַדינערס פון דער עלטערהיים אין דער נאָרװעגישער שטאָט עידעסוואַלד אויף צפֿון פֿון אָסלאָ, זײַנען געװאָרן באַאומרויִקט און האָבן אַלאַרמירט די פּאָליצײ ווען זיי האָבן זיך אַרומגעזען, אַז די 92-יאָריקע פֿרוי איז פֿאַרשװוּנדן פֿון איר צימער. צוזאַמען מיט איר איז אויך פֿאַרשװוּנדן איר קאַר. דער פֿאַרדאַכט האָט זיך נאָך מער פֿאַרשטאַרקט װען איר הילוך-מכשיר איז געפֿונען געװאָרן אַ פֿאַרלאָזטער אויף דעם פּאַרקינג-פּלאַץ פֿון דער עלטערהײם און די פּאָליצײ האָט אונטערגענומען ברייט-פֿאַרמאָסטענע זוכענישן. Gravitational Waves and Judaism גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס און ייִדישקייט... Gravitational Waves and Judaism קאָסמישער צוזאַמענשטויס. הונדערט יאָר נאָך אַלבערט אײַנשטײַנס טעאָרעטישער פֿאָרויסזאָגונג אינעם יאָר 1916, האָט זיך דער וויסנשאַפֿט גאײַנגעגעבן צו דעטעקטירן אַ מעכטיקן אימפּולס פֿוןראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס, וואָס צוויי שוואַרצע לעכער האָבן אויסגעשטראַלט בײַ זייער צוזאַמענשטויס אויף אַ מהלך פֿון איבער אַ מיליאַרד ליכט־יאָר פֿון דער ערד. אין מאָמענט פֿונעם צוזאַמענשטויס, האָבן די קאָסמישע אָביעקטן אַרויסגעלאָזט אַ ריזיקן סכום גראַוויטאַציע־ענערגיע, 50 מאָל גרעסער ווי דאָס ליכט פֿון אַלע שטערן אינעם זעיִקן טייל פֿונעם אוניווערס. דעם 11טן פֿעברואַר האָבן צוויי באַקאַנטע אַסטראָפֿיזישע לאַבאָראַטאָריעס אומאָפּהענגיק איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן דעטעקטירט דעם מעכטיקן אימפּולס אין סעפּטעמבער 2015.אלמנת הסופר משה גרוסמן אמא שלי רוזה גרוסמן, אלמנתו של הסופר היידי הנודע משה גרוסמן (1904 - 1961) נפטרה בגיל 94 והובאה למנוחות ב 3 באפריל 2016,שזה גם יום הולדתו של אבי המנוח. אבי כסופר ועיתונאי פרסם את כתביו ב"הײַנט" הווארשאי. אולם עיקר פרסומו קנה לו עם חשיפתו את פרצופו האמיתי האכזרי של הקומוניזם ושל המשטר הסטליניסטי בבריה"מ גילויים אלה נחשפו עם תום מלחמת העולם השניה עם הופעת ספריו: "וידויו של מהפכן" ו"בארץ הקסומה של ג'וגַשבילי האגדי", על רקע שבע שנות חיו בברה"מ. The Nomadic, Brilliant Itsik Manger עס איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן, אַז די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער, פֿון פּראָפֿעסאָר אפֿרת גל־עד, שטעלט אײַן אַ נײַעם מאָסשטאַב אין ייִדיש־פֿאָרשונג, סײַ װאָס שײַך דעם אינהאַלט און סײַ װאָס שײַך דער פֿאָרם. ראשית, איז דאָס בכּלל די ערשטע ערנסטע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישן דיכטער, און צװײטנס, איז דאָס ממש אַ ברײטע קולטור־געשיכטע פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה, דערזען דורכן שפּאַקטיװ פֿון מאַנגערס לעבן. אפֿרת גל־עד האָט געלײזט די דאָזיקע טאָפּלטע אױפֿגאַבע אױף אַן אָריגינעלן שעפֿערישן אופֿן.
בערגעלסאָן האָט שאַרף צעטײלט די ייִדישע װעלט אױף דרײַ שטחים - סאָװעטן־רוסלאַנד, פּױלן און אַמעריקע, װאָס זײַנען זיך צעגאַנגען אין פֿאַרשידענע װעגן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה און דער רוסישער רעװאָלוציע. אויף דער ביכער-פאליצע רבקה באסמאן בן-חיים / דער שמייכל פון א בוים - חיוכו של עץ זו היתה ההבטחה הגדולה של תקופתנו: שפע, ובצדו שחרור מדאגות הקיום. ההתפכחות מרה וכואבת. שפע דווקא יש, עצום ורב: מזון, אנרגיה, חומרי גלם, ידע. אבל השפע מתעתע. ככל שהוא גדל, כך הוא נאגר בכיסי מעטים. והטכנולוגיה? במקום שתשחרר את האנושות מחרדות ועבודה קשה, היא רק מהדקת את האזיקים והפיקוח. ההתפכחות מהבטחת האושר של הקפיטליזם היא סיבת העומק להתערערות הביטחון הניכרת בכל היבשות.
הנפץ שפירק את ממשלת נתניהו־יעלון היה סרטון ההוצאה להורג בחברון. הופעתו חייבה את האחראים בצבא ובמערכת הפוליטית לקחת צד: האם החייל היורה אלאור אזריה הוא פושע או צדיק, האם מגיע לו כלא או צל"ש. ראש הממשלה בחר בחייל, שר הביטחון במפקדיו. באותו רגע הותנע התהליך שהוביל להדחת יעלון והחלפתו באביגדור ליברמן. ספק אם פעילי "בצלם" שהפיצו את הסרטון דימיינו את התוצאה הזאת. אבל כמו גיבורים בטרגדיה יוונית או שייקספירית, תאוותיהם הובילו אותם לאבדון. אין ספק שחשיפת ההוצאה להורג היתה ההישג המקצועי הגדול ביותר של ארגוני זכויות האדם בשטחים מאז ומעולם. אבל במקום שפרסום הסרטון יעודד את אכיפת דיני המלחמה בשטחים, טיפול משמעתי ב"חריגים" והידוק היד על הניצרה, עכשיו יקרה ההיפך.
עם ליברמן במשרד הביטחון, הניצרות יעברו למצב "אש", ויהיו עוד הרבה סרטונים כאלה. געװידמעט שמואל (אַרטור) זיגלבוימען מיר ברענגען דאָ פֿאַר אונדזערע לייענער דאָס ווייניק באַקאַנטע"ליד פון שנאה", װאָס איציק מאַנגער האָט געווידמעט דעם קוֹדש שמואל (אַרטור) זיגלבוים, דעם שליח פֿון אונטערערדישן "בונד" אין פּוילישן נאַציאָנאַלן גלות-ראַט אין לאָנדאָן. דער בריוו איז דאַטירט דעם 8טן דעצעמבער 1942, בערך אַ האַלב יאָר איידער זיגלבוים איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, כּדי מיט זײַן טאַט צו דערשיטערן און אַלאַרמירן די מענטשהייט קעגן דעם שווײַגן פון דער פֿרײַער װעלט, אין אָנבליק פֿון דער מערדערישער אויסראָטונג פון יידישן פֿאָלק דורך די דײַטשן אין פּוילן און אין מזרח-אייראָפּע. דעם דאָזיקן היסטאָרישן דאָקומענט האָט אונדז צוגעשיקט פֿון ניו יאָרק פֿאַר די "פֿרײַע לעבנס-פֿראַגן" אונדזער פֿרײַנד און קאָרעספּאָנדענט מאַיוס נאָװאָגרודזקי, באַגלייט מיט איציק מאַנגערס בריוו צו זיגלבוימען, װאָס ער האָט אָפּגעפֿונען אינעם אַרכיוו פון ייוו"אָ אין ניו-יאָרק. ער האָט אונדז אויך צוגעשיקט זײַן גלענצנדיקע איבערזעצונג פֿון דעם ליד אויף ענגליש, װאָס מיר פּובליקירן דאָ צום ערשטן מאָל.
די אָריגינאַלן פון דעם ליד און פון מאַנגערס דראַמאַטישן בריוו צו זיגלבוימען געפֿינען זיך אין דער טעקע פון די זיגלבוים-פּאַפּירן אינעם אַרכיוו פון ייוואָ אין ניו-יאָרק. "פֿאַר אַ פֿרוי צו האָבן אַ דאָקטאָראַט איז ערגער ווי פֿאַרברענט צו ווערן אין די אויוונס פֿון אוישוויץ ‟. אַזוי האַלט ערנסט הרבֿ אַבֿיעזר פּילץ, וועלכער פֿירט אָן מיט דער ישיבֿה „תּושיה ‟ אינעם פֿרומען מושבֿ תּפֿרח, וואָס געפֿינט זיך אינמיטן דעם מידבר נגבֿ. דינסטיק, דעם 1טן דעצעמבער, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט די דאָזיקע ווערטער אויף אַ ספּעציעלער קאָנפֿערענץ אין בני־ברק. אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט אַ צאָל פֿירנדיקע חרדישע רבנים, אַרײַנגערעכנט הרבֿ חיים קאַניעווסקי, דער בני־ברקער וויזשניצער רבי, הרבֿ ישׂראל האַגער, און פֿאַרשיידענע אַשכּנזישע ראָש־ישיבֿות. די רבנים האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, כּדי צו פֿאַרווערן די חרדישע מיידלעך, וואָס לערנען זיך אין דער פֿרומער שול־נעץ „בית־יעקבֿ ‟, צו באַקומען אַ העכערע בילדונג נאָך דער מיטלשול. פֿון האַמבורג איז אונדז אָנגעקומען די ביטערע בשׂורה וועגן דער פּטירה פֿון דאָראָטעאַ גרעווע אין עלטער פֿון 61 יאָר, פֿון אַ קאַנסער. אין דער ייִדישוועלט האָט זיך דאָראָטעאַ קונה־שם געווען ווי אַן ערשטקלאַסיקע ייִדיש־לערערין און אויך ווי אַן איבערזעצערין אויף דײַטש פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור,. ווי אַ יונגע ניט־ייִדישע דײַטשין האַט דאָראָטעאַ גאָר פרי דערפילט אַ באַגײַסטערטן דראַנג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זי איז געווען צווישן די גרינדער און אָנפֿירערס פֿון דער "סאַלאָמאָ בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש" אין האַמבורג. בניגוד למרכז־שמאל, שמזלזל באידיאולוגיה ולכן שוקע תמיד עמוק יותר בניוון ובייאוש - לימין יש עקרונות מוצקים. עקרונותיו אמנם הרסניים, אך הם עקרונות של ממש . עקרון היסוד הראשון רואה בדמוקרטיה הליברלית - הנתפשת במערב כסדר פוליטי שנועד לממש את תפישת זכויות האדם המבטיחה שוויון זכויות לכל - סכנה חמורה לעם ולמדינה. מבחינת הימין, הכרה בזכויות האדם כיסוד מוסד של הסדר הפוליטי, מובילה בהכרח למסקנה שאין ליהודים בישראל זכויות יתר, ושאין די בזכויותיהם ההיסטוריות כדי לבטל את זכויות הערבים לעצמאות ולבעלות חלקית על הארץ. מבחינת הימין, זכויות האדם חותרות תחת יסודות הציונות: לשיטתו, הציונות לא היתה כורח, פתרון ל"צרת היהודים", והיא באה לממש לא את זכותם לשלטון עצמי, אלא את זכותם העדיפה על הארץ כולה.
Dedicated to Shmuel (Artur) Zygielbojm We offer our readers the hitherto “Song of Hate”, that Itzik Manger dedicated to the martyred Shmuel (Artur) Zygielbojm, the representative of the “Bund” underground in the Polish government in exile in London. The letter is dated the 8th of December 1942, about half a year before Zygielbojm took his own life in protest against the silence of the free world in light of the annihilation of the Jewish people by the Germans in Poland and in eastern Europe.
This poem, accompanied by a copy of Itzik Manger's letter to Zygielbojm, as well as an English rendering of the poem by Mayus Novogrudsky, the New York correspondent of “Lebns-Fragn”, who sent it to us for the “Fraye Lebns-Fragn”. Mayus himself found this document of historical importance in the Yivo Archive in New York. The original version of the poem and of Manger’s dramatically written letter to Zygielbojm are kept in the Zygielbojm papers file at the Yivo Archive הדגל האדום, נשבענו בשמו לחיים עד גרדום (די רויטע פאן - דער אפגאט פון די נישט גלויביקע) בניגוד לכחול ולבן הלאומי, בחר הבונד בדגל האדום הקוסמופוליטי. אבל השירים הרבים לכבודו נכתבו והושרו רק ביידיש.
"נרגשים נעמדנו דום. במצעדים ברחובות הערים, במיוחד באחד במאי ובחגים השונים של התנועה, נישא הדגל האדום בגאווה בידי הצועדים. כל סניף של המפלגה, כל איגוד מקצועי, היה לו דגל אדום משלו, ששם הארגון רקום עליו באותיות זהב. דעות אחרונות, 22.3.2016 (עברית) ומי לא בא למגילה / ערן ברוך ( פורסם ב׳ידיעות אחרונות׳, 22.3.16) די מגילה פון פורים איז אייגנטלעך א וועלטלעכע - די סאמע סעקולערסטע אגדה פון פילזייטיקער יידישקייט, אין וועלכער עס איז פאראן אן ארט פאר ספק, פאר קריטיק און צייטנווייז פאר ארויסברענגען טענות צום אויבערשטן. דאס איז א וויכטיקער, א וועזנטלעכער טייל פון דער סטרוקטור פון א געזעלשאפט, זי דערמאנט אונדז די חשיבות פון א פלוראליסטישער יידישקייט. מגילת אסתר היא המגילה החילונית והכפרנית ביותר. היא מזכירה לנו את חשיבותה של יהדות מרובת פנים. יהדות שנשמר בה המקום לספק, לביקורת ולעתים גם להתרסה כלפי שמיא. זה חלק משמעותי וחשוב בבניין של חברה, של תרבות ושל עם . פֿון מעסער-טעראָר און ברענענדיקע קערפּערס דאָס נאָר װאָס פֿאַרענדיקטע יאָר לאָזט אונדז איבער פֿאַר דעם נײַעם יאָר 2016 אַ ביטערע ירושה פֿון װאַקסנדיקער שנאה, פֿון אַ מאַסיווער פּליטים-אינװאַזיע פֿון אַפֿריקע און סיריע קיין אייראָפּע און פֿאַרשטאַרקטן פעלקער-האַס, אכזיותדיקן װעלט-אָנגריף פֿון מוסולמענישן ברענענדיקן ראַסיזם און מעסער-טעראָר. דאָס אַלץ בײַ דער זײַט פֿון אַ פֿאַנטאַסטישן טעכנאָלאָגישן פֿאָרשריט און װאָפֿן-געיעג, מיט אַ שאַרפֿן צוריקטריט פון דעם שלום-פּראָצעס און פֿון דער דעמאָקראַטיע אין מדינת ישראל. שטודיעס וועגן די ציוניסטישע זומער־לאַגערן, וואָס האָבן עקזיסטירט אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, קען מען הײַנט געפֿינען גאָר אַ סך, אָבער ביז איצט האָט מען ווייניק אויסגעפֿאָרשט די ייִדישע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די נישט־ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונגען. די וואָך איז פּובליקירט געוואָרן אַן אַרטיקל וועגן די אידעאַלן, געשטיצט פֿון די גרינדער פֿון סאָציאַליסטישע זומער־לאַגערן פֿאַר דער יוגנט אין פּוילן פֿאַרן חורבן. |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען